בלאט 1 פון 1

אײער נעכטיקער װעטער־פראָגנאָז

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:33 am
דורך שלום בערגער
נעכטן איז געגאנגען א שלאקסרעגן. קינד־און־קײט זײנען פארנעצט געװאָרן, און אָך־און־װײ איז דעם, װאָס האָט פארגעסן אין זײן שירעם. צוריקגערעדט, איז ערגעץ געװען פארשאָטן מיט שנײ, מיט אײז־ליכטלעך אָנגעריסעװעט אױף די פענצטערס. און ערגעץ נישט װײט האָט געבריט א שרפעדיקע זון.

די זון איז אױפגעגאנגען, געמאכט א קרײז איבערן הימל, און דערנאָך, װען אלץ האָט געהאלטן בײם סוף, געזעצט זיך. האָבן מענטשן דעמאָלט אָנגעצונדן די אפארטאן, די ליכט, די לעכט, און גענומען זיך צו דער ארבעט, קינדער. מע האָט געקלימפערט מיט גלעזער און די טױטע באגראָבן. מע האָט אױסגעגראָבן פארפלײצטע שטיבער פון אָנגעװאָרפענער בלאָטע. געענדיקט עקספערימענטן. געמאכט סיומס. זיך משמש געװען.

נעכטן איז געװען הײס און קאלט, דושנע און באקװעם, א סטיכישע קאטאסטראָף אָן קײן גלײכן אָדער פרעכטיקע פאָגאָדע װאָס מע האָט זעלטן װען פריִער געזען.
מיר האָפן אז דער װעטער־פראָגנאָס װעט אײך קומען צו נוץ.