בלאט 1 פון 1

געריכט באשטעטיג נייע חינוך געזעץ אין אנטווערפען

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 10:14 am
דורך איש עברי
די העכסטע געריכט האט היינט ארויסגעגעבן זייער אורטייל ווי זיי טוען קאטאגאריש אפווארפן די טענות פון טייל חרדישע מוסדות און באשטעטיגן די נייע רעגולאציעס אז חרדישע קינדער מוזן נאכקומען די זעלבע לערן פראגראם ווי די אלגעמיינע שולעס, די אורטייל איז 64 זייטן.
עס איז א היסטארישע פרעצעדענט און עס בלייבט איבער צו זעהן וויאזוי די חרדישע אידן וועלן זיך פארמעסטן מיט די נייע געזעץ [אדער גזירה אויב איר ווילט שטארק] צו זיי וועלן עפענען א קאמפ אדער גיין מיט שכל אונטערן טיש.
אינטרעסאנט אז נעכטן נאכט איז פארגעקומען א גרויסע מגבית ביי די אנטווערפענע רב אינדערהיים צו איינקאסירן געלט פאר די מערכה ווייזט אויס אז די עסקנים האבן שוין געוויסט אז היינט קומט א פסק.
ווארט נאר אויף שלום וברכה/מיילעך זאל קומען מיט זיינע אינערליכע אינפארמאציע