בלאט 1 פון 1
חתונה פרשת קרח
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:41 pm
דורך ברוך שאמר
אזוי ווי איך מאך חתונה פרשת קרח אי"ה אפשר קען איינער מיר העלפן מיט א גיטע "לסדר " צי שרייבן אין די invitation !
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:48 pm
דורך ישמעאל הכהן
לסדר מה ראה לשטות זה
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:54 pm
דורך ברסלבער
מטהו יפרח
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:15 pm
דורך לך לך
סאיז ממש נישט דא!
אפשר (אַף לֹא) 'אֶל אֶרֶץ זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ הֲבִיאֹתָנוּ'
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:23 pm
דורך ברוך שאמר
לך לך האט געשריבן:סאיז ממש נישט דא!
אפשר (אַף לֹא) 'אֶל אֶרֶץ זָבַת חָלָב וּדְבַשׁ הֲבִיאֹתָנוּ'
איך האב געטראכט "נתתי לך ולבניך ולבנותיך" ?????
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:28 pm
דורך הירשל ציג
לס' קרח...
בכלל, מוז מען דען שרייבען א לס'? א טאג פון די וואך און די חודש איז נישט גענוג?
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:45 pm
דורך ברוך שאמר
הירשל ציג האט געשריבן:לס' קרח...
בכלל, מוז מען דען שרייבען א לס'? א טאג פון די וואך און די חודש איז נישט גענוג?
לסדר קרח שמעקט נישט אין שטינקט נישט וד"ל
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 1:56 pm
דורך פלעין יודיש
קענסט נישט אפשטיפן די חתונה אויף פרשת בלק?
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:03 pm
דורך דריידל
אויב מאכסטי גאר א פענסי חתונה, קענסטי שרייבן לסדר העיני האנשים ההם תנקר
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:16 pm
דורך פלעין יודיש
און אמת'ן גערעדט לויט ווי איך געדענק פון פריעדיגע יארן שרייבן אסאך דעם לסדר:
וַיֹּצֵא פֶרַח וַיָּצֵץ צִיץ וַיִּגְמֹל שְׁקֵדִים
(און אויב הייסט די חתן אהרן שרייבט מען פארשטייט זיך פרח מטה אהרן)
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:55 pm
דורך ברוך שאמר
באמת א גרויסע ישר כוח פאר אלע קאווע טרינקעס דא אין שטיבל ובפרט פאר מר פלעין !
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 4:18 pm
דורך שמעקעדיג
א שאד מען קען נישט אפשטופן אויף א וואך, פרשת חקת.
יארמער רב זאגט אז חק"ת איז ר"ת ש'מחת ח'תן כ'לה.......
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:12 pm
דורך דריידל
נאכדעם וואס די מאכסט דיין החלטה, פארגעס נישט צוצישרייבן "קרעדיט ק"ש" אויפ'ן אינוועטעישאן
נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 5:59 pm
דורך Big Boy
ברוך שאמר האט געשריבן:באמת א גרויסע ישר כוח פאר אלע קאווע טרינקעס דא אין שטיבל ובפרט פאר מר פלעין !
Then give them a "like" bifrat for "Plain Yiddish". a
נשלח: פרייטאג יוני 13, 2014 6:26 pm
דורך דריידל
מזל טוב פאר [tag]ברוך שאמר[/tag] לרגל די בעפארשטייענדע חתונה. זאלסט זעהן אסאך נחת אין פרייד פון די גאלדענע קייט.
בד"וו, ווי איז די באווארפן?
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 12:10 pm
דורך איחוד פעלד
לסדר חמור אחד נשאתי (מלשון נישואין).
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 1:53 pm
דורך לך לך
געזעהן איינער האט געמאכט "לס' צדי'ק כתמ'ר יפר'ח"... אינטערעסנט.
איינער האב איך געזעהן האט נישט געמאכט קיין פסוק
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 3:23 pm
דורך דריידל
דאס שטייט בשם די אריז"ל און ווערט געברענגט אין מערערע ספרים אז סופי תיבות צדיק כתמר יפרח איז קרח
נשלח: זונטאג יוני 15, 2014 11:00 pm
דורך ונבנתה העיר
איחוד פעלד האט געשריבן:לסדר חמור אחד נשאתי (מלשון נישואין).
ווי רש"י
זאגט 'השיאו לדבר אחר'...