בלאט 1 פון 1

ווער איז לייכטזיניג און ווער איז ערנסט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 6:26 pm
דורך פארוואס?
איך דריי זיך ארום מיר, און איך באקוק די מענטשהייט, איך באטראכט די אינטערעסן פון די פארשידענע פארשוינען וואס איך בין ארומגענומען, זעה איך אז פון א געוויסע שטאנדפונקט קען מען זיי אנקוקן צוטיילט אין צוויי קאטאגאריעס:
איך וועל רופן איינעם אוריאל און דעם אנדערן רפאל, (מיכאל און גבריאל זענען שוין פארכאפט געווארן).
אוריאל איז דער יונגערמאן וואס גייט מיט תמימות, ער גלייבט אלעס וואס מען פארקויפט איהם, זוכט נישט צו איבערקליגן זיינע לערערס, ער מיינט נישט אז די אנדערע זייט איז גרינער. ער איז פארנומען מיט זיין שטעטל, זיין קהילה. ווען אוריאל קומט אין קאווע שטיבל, לייענט ער די אידישע נייעס, און לייגט צו אביסל צימעס, בעיסיקלי אלע מחלוקת׳ן אין די היסטאריע זייט קין והבל, איז דאך תלוי אין די מחלוקת פון דער רבי און זיין ברודער, און אזוי פיהרט ער זיין וועלטל. 
ווען עס קומט צו דיונים אין ענייני השקפה ומחשבה, הערט מען נישט פון איהם קיין פיפס. און אויב יא, איז עס מיטן פולסטן עם-הארצות וואס קען נאר זיין.
ווידער קומט דער רפאל, און ער ערלויבט זיך צו פרעגן ״פארוואס?״ ״אפשר נישט?״ און אזוי ווייטער. ער מיינט אייביג אז יעדע זאך דארף ער פארשטיין, און אז אלעס קען מען חקר׳נען. ער ערלויבט זיך צו פארשן עניינים שאין לנו שמץ של השגה בהם. ער קומט מיט אלע מיני לומדות׳ן אויפווייזן, אז צו זיין אויפגעקלערט איז נישט קיין כפירה, און אז צו זאגן אז חז״ל האבן נישט געוויסט די מציאות, דארף מען נישט זיין קיין אפיקורוס. 
ווידער ווען עס קומט צו אידישע נייעס, אינטרעסירט איהם עס כקליפת השם, אין ק״ש טרעפט מען איהם נישט אין צימעס ווי גרויס די טאג איז. ער האלט זיך העכער פון די אלע שטותים. בקיצור, ער איז באגראבן טיף אינעם העמק-דבר. 
מיין בליק ביז לעצטנס איז געווען, אז אוריאל איז אן ערנסטער מענטש, ער זוכט נישט צו זיין קיין אויבער-חכם, בשעת ווען רפאל איז א קאלטער לץ, א קל-דעת, ער האט נישט קיין פראבלעם צו האנדלען מיט זאכן וואס זענען זיך גובל מיט כפירה. 
אבער לעצטנס, האט זיך מיין בליק אינגאנצן געטוישט, איך האב געזעהן אין גאנצן אן אנדערע מלפני אוריאל, און מאחורי רפאל האט זיך מיר אנטפלעקט אלס אן אנדערער סארט טיפ אינגאנצן. 
איך זעה, אז דער אוריאל ער איז גאר דער לץ, דער לייכטזיניגער, ער נעמט אן די לעבן אלס א נארישע דזשאק, ווי כאילו אלע 125 ביליאן גאלעקסיעס זענען באשאפן געווארן, אז איינער אויף ראדני סטריט זאל ענדזשויען עפעס א זאפטיגע לשון-הרע. עס אינטרעסירט איהם באמת נישט צו די יסודות אויף וואס ער שטייט זענען באפעסטיגט, אידישקייט איז ביי איהם נישט מער ווי א קאלטור וואס ער מוז נאכפאלגן איהרע שטרענגע געזעצן, כדי צו האבן א געזונטע סאשעל לייף. א קשיא דארף נישט קיין תירוץ, און א תירוץ מוז נישט קיין קשיא. וואס מען פארשטייט פארשטייט מען, און וואס נישט איז נישט. 
פון די אנדערע זייט דער רפאל, ער איז אן איבערגעטראכטער מיושב׳דיגער יונגערמאן, ער נעמט אן די לעבן מיטן פולסטן ערנסטקייט, ער קען נישט פארנעמען אויב זאכן שטימען נישט, א קשיא דארף א תירוץ, א פראבלעם דארף א לייזונג.
ער וויל טאקע מאכן זיכער אז די מסורה וואס ער נעמט פון זיין טאטע און געבט איבער ווייטער צו זיין זוהן, איז נאך געבליבן אונטערן חזקה פון אין אדם מוריש וכו׳, אדער עס איז שוין געווארן א ריעותא אינעם חזקה. 
ער גייט נישט נאך זיין סביבה ווי א בלינדער מאן, ער פראבירט צו פארשטיין מיט אן ערנסקייט. איז עס דען א קינדער שפיל? דאס לעבן איז צו א טייערע ארטיקל אויף צו פארפאטשקען פאר קאלירענע בעקיטשעס. 

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 6:41 pm
דורך ביבער
קיין גרינג לעבן האט קיינער נישט, די טעגליכע עגמת נפש וואס די מענטשן מאכן מיט מיט איז אין לשער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 6:42 pm
דורך פארוואס?
ביבער האט געשריבן:קיין גרינג לעבן האט קיינער נישט, די טעגליכע עגמת נפש וואס די מענטשן מאכן מיט מיט איז אין לשער.

כ׳האב יעצט נישט גערעדט פון גרינג/שווער, איך רעד פון ערנסט/לייכטזיניג.
וועלכע מענטשן מאכן מיט, די רפאל׳ס אדער די אוריאל׳ס?

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 6:49 pm
דורך ביבער
פארוואס? האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:קיין גרינג לעבן האט קיינער נישט, די טעגליכע עגמת נפש וואס די מענטשן מאכן מיט מיט איז אין לשער.

כ׳האב יעצט נישט גערעדט פון גרינג/שווער, איך רעד פון ערנסט/לייכטזיניג.
וועלכע מענטשן מאכן מיט, די רפאל׳ס אדער די אוריאל׳ס?

די אוריאל'ס, להוציא מלבן די וואס מיינען אז וויבאלד זיי נעמען דאס לעבן לייכטזיניג אפשר האקן זיי א לעבן... קמשמע לן אז לא אף זו.

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 7:23 pm
דורך מאטי
יש ויש פון ביידע ביי ביידע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:45 pm
דורך גאנצל
און רפאל מיינט אז 125 ביליאן זענען באשאפען צו קענען זיצן אין קאווע שטיבל און זוכן די בעסטע וועג אראפצורייסן אוראל......

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:03 pm
דורך שצם_חנכל
ווי [tag]מאטי[/tag] זאגט יש ויש, די סיבה פארוואס רפאל חקרענט איז ווייל ער איז בטבע נישט קיין גלויביגער ממילא ווען עס קומט צו זאכן וואס ס'איז נישטא קיין חיוב צו גלייבען וועט ער פרעגן און גרובלען צו פארשטיין, אויב איז ער א קל וועט ער גרובלען אויך אין מה לפנים ולאחור אבער אויב איז ער ערענסט וועט ער עס טון מיט גבול און זיך צוריקהאלטען אפילו פון פלעצער וואו ס'וואלט אים געשמעקט זיך צו דרייען אויב ער פארשטייט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטען.

דאס זעלבע איז מיט אוריאל, ער קען זיין גראדער גלויביגער מעכיל ווייל דאס איז ער בטבע א גאליבעל מענטש אבער צו די זעלבע צייט קען ער זיין א קל און זיך אויסלאכן פון זיינע גלויבינגען אזויווי א לייכטזיניגע ארבייטער וואס ווייסט זיינע פליכטען און דאך טוט ער זיי נישט, אזוי אויך קען ער זיין ערענסטע מענטש וואס ערפילט יא אלע זיינע פליכטן.

לויט מיין מיינונג איז די שאלה פראצענטועל אין וועלעכע קאטעגאריע געפונען זיך מער קלים און אין וועלעכע ערענסטע

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 12:17 am
דורך נאך א פשט
לימא מסייע ליה
I think, therefore I am" - René Descartes"
Most people would sooner die than think; in fact, they do so.” - Bertrand Russell"
לימא רפאל כ René Descartesואוריאל כ Bertrand Russell

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 3:12 am
דורך לעיקוואד
ריכטיג מער ווייניגער. עס איז נישט קיין ספק אז למשל מיטציהאלטען א שמועס אין העמק דבר פאדערט זיך אסאך מער ערנסטקייט און צולייגען קאפ, און בכלל קענען האלטען א ציווילער דיון ווי עס פאסט פאר העכערע סארט מענטשען, ווי מיטהאלטען א שמועס אין צימעס. און על פי רוב זענען אזוינע שמועסען אויף פיל א העכערע ניווא נישט נאר אינטעלעקטואל נאר אויך מענטשליך גערעדט. איך קען ווייניג מענטשען וואס קענען טוהן אזא זאך מתוך קלות. און אפשר בכלל נישט. פשוט צו מעיין זיין מה לפנים מה לאחור איז שווערליך.. און מען דארף האלטען דערביי. (דאס מיינט נישט אז יעדער כופר'ל איז בכלל, איך רעד נישט פון דער וואס איז סתם מחליט אז אפשר נישט אומערנסט, על זה נאמר ניטאמאל אן אפיקורס סתם א ליידאק..אבער ער קען אויך נישט מיטהאלטען קיין העמק דבר שמועס)

דאך איז אמאל דער זעלבער פילאסאף דער וואס שרייבט און איז עוסק אין צימעס, מיט דער ניק אדער מיט א צווייטער..

ווי אויך איז דא א שלב וואס דער חוקר דארף פארשטיין אז נישט אלעס אויף די וועלט איז מאטעמאטיק, און נארישקייטן האט נאך אזא חלק אין קיום העולם, ובכלל זה זיין אייגענער קיום, ווי זיינע ערנסטע חקירות. וצריך לבאר את זה באורך.

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 10:17 am
דורך פארוואס?
לעיקוואד האט געשריבן:ווי אויך איז דא א שלב וואס דער חוקר דארף פארשטיין אז נישט אלעס אויף די וועלט איז מאטעמאטיק, און נארישקייטן האט נאך אזא חלק אין קיום העולם, ובכלל זה זיין אייגענער קיום, ווי זיינע ערנסטע חקירות. וצריך לבאר את זה באורך.

יעדער איינער פארשטייט אז נארישקייטן האט אויך א זכות קיום, און איך גלייב אז מערסטנס ערנסטע חוקרים און סייענטיסטן גלייכן צווישן אנדערע צו מיט-האלטן נייעס, פאליטיק, און אנדערע שטותים, און דער פארשער קען אפילו ווידמען א סייענטיפישע פארשעריי איבער דעם.
די שאלה איז נאר, די לייטער פון די priorities, וואס איז פריער. און אזוי אויך, זיינע פארשערייען און מסקנות מאכן ביי איהם אויס, און עס איז נישט סתם דאמירן בעלמא.
ואנא תבאר באורך.

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 10:22 am
דורך פארוואס?
שצם_חנכל האט געשריבן:אויב איז ער א קל וועט ער גרובלען אויך אין מה לפנים ולאחור אבער אויב איז ער ערענסט וועט ער עס טון מיט גבול און זיך צוריקהאלטען אפילו פון פלעצער וואו ס'וואלט אים געשמעקט זיך צו דרייען אויב ער פארשטייט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטען.

טאקע דאס איז די נקודה וואס איך ברענג ארויס אז נישט. פונקט פארקערט, ווייל ער נעמט אן דעם לעבן אלס אן ערנסטע ארטיקל וועט ער יא חוקר זיין מה לפנים ומה לאחור, טאקע וועגן זיין ערנסקייט.

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 11:00 am
דורך טאמבל סאס
און איך מיין אז מה לפנים ומה לאחור מיינט מען - אינעם אשה... מאחורי הפרגוד סטייל... :lol:

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 1:37 pm
דורך ממרום שלח אש
זייער ריכטיגע תגובה מר. [tag]פארוואס?[/tag]

דערמאנט מיר א מעשה שהיה, איך האב אמאל געשמועסט מיט אזא אוריאל, אינדערמיט האב איך אנגערירט א ענין וואס איך פלאג מיר צו פארשטיין, פלוצלינג עפענט ער א מויל און הייבט אן לארעמען
"וואס ווילסטו פון מיר? איך גלייך געפילטע פיש און סיעמס! פארוואס דרייסטו מיר דעם קאפ מיט אזאלכע זאכן? הוי קעירס?"

איך האב שיעור גע'חלש'ט פון שאק.

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 2:58 pm
דורך שמעקעדיג
ממרום שלח אש האט געשריבן:"וואס ווילסטו פון מיר? איך גלייך געפילטע פיש!"

איך האב שיעור גע'חלש'ט פון שאק.

פארוואס האסטו שיער גע'חלש'ט? ער האט מסתמא געמיינט אונזער ניק... איך גלייך אים אויכעט...

נשלח: מוצ"ש מאי 10, 2014 11:51 pm
דורך געפילטע פיש
נע, ער וואלט מיר נישט געלייגט אין איין זאץ מיט סיעמס, ער ווייסט אז איך גלייך נישט חוקת הגוי.

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 12:25 am
דורך משה געציל
לכאורה איז עס א טיפ, נישט קיין חילוק אויף וואספארא זייט ער איז וועט ער זיין זייט נעמען זייער ערנסט.
איך האב א חבר וואס איז געווען כל כלו איין שטיק אוריאל, מען האט נישט געקענט אויסטוישן קיין צוויי ווערטער מחוץ לתחום מיט אים, לעצטענס האט ער זיך גענצליך אריבער געצויגן צו די רפאל זייט, אבער א מצומצום איז ער געבליבן פונקט דאס זעלבע. מען קען נישט אויסטוישן מיט אים קיין גראד ווארט חוץ פון זיינע ספיקות.
פון זיינע ד' אמות של צמצום דחסידאי, איז ער אנגעקומען צו ד' אמות של צמצום דהעמקיא.