סתם געדאנקען (1)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

סתם געדאנקען (1)

שליחה דורך טאמבל סאס »

נאכ'ן אריינטראכטן אסאך איז מיר איינגעפאלן אז א וויכטיגע שטאפל אין די לייטער פון דערגרייכן אבדזשעקטיוו טינקינג איז א מענטשנ'ס גרייטקייט און וויליגקייט צו זיין אפן צו נייע עקספיריענסעס. דאס זעהן אסאך סארטן מענטשן, אלע מינע פלעצער, פארשידענע קולטורן און לעבנסשטייגערן מאכט א מענטשן באקומען א געוויסע בליק אויף די געווענליכע וועג און פעטערן פון מענטשנ'ס פירונגען. ווען איך בין געווען קליין בין איך אויפגעצויגן געווארן אויף א פארם און געזען ווי מענטשן זענען בעיקר פארנומען מיט פעלד ארבעט. פארן אויף הארסיס און פאשענען קיען. איך האב געמיינט אז נאר דאס אינטרעסירט אן ערוואקסענעם מענטש. איך האב ארויפגעקוקט אויף די מינוט ווען איך וועל קענען ארומגיין מיט די גרויסע באנדל שליסלען, די קאבוי היט און אווערראלס.

ווען איך בין אמאל ארויס אויף א דאקטער'ס אפוינטמענט האב איך פלוצלונג געזען אז ס'דא שיינע קארן, מאטארבייקס און אויך גרויסע געשעפטן מיט בליצלנדע לעקטערלעך אוואו מענטשן קויפן זיך איין שיינע זאכן. המממ. די וועלט איז אזוי שיין און רוישיג. א קאר פארט בלי ספק שנעלער ווי א טראקטאר. און אייגענטליך, וויאזוי טאקע ארבעט א מאטאר בייק? איך מיין, א טראקטאר אדער א קאר קוקט אויס זייער סימפל און פארשטענדליך. א מאטארבייק אבער פאסינירט מיר באמת. עקשולי ווייס איך ביידע נישט וויאזוי זיי ארבעטן, אבער מיט די ערשטע בין איך אויפגעוואקסן, איז עס דערפאר א נארמאלע חלק געווארן פון מיין לעבן. אבער איך האב מיך נישט אפגעשטעלט סתם ביים וועלן. פון ווילן סתם וועט מען נישט באקומען. מ'דארף עפעס טוהן דערצו.

מיין טאטע האט מיך גענומען צו זיין רבי פאר א ברכה. ער האט אפנים אויסגעקוקט זייער הייליג. און די מענטשן ארום האבן אין מיינע קליינע אויגן געמוזט זיין זייער לאקי זיך צו קענען דרייען נעבן אזא הייליגע מענטש. מסתמא טראכטן צוויי מאל פאר זיי טוען אן עבירה. מיין פאטער האב איך געפרעגט אויב די רבי האט אויך די סארט שפיגלען אין זיין צימער וואו ס'שרייבן זיך אויף די עבירות פון אלע מענטשן. אינאמת'ן האט מיר געבאדערט פארוואס מענטשן האבן זיך דערפאר אפגעהאלטן צו פארן צו דעם ריזשענער, אויב וועט ער חלילה זען זייערע עבירות. ווער וואלט נישט געפארן זיך טרעפן מיט א מענטש וואס קען אלץ זען וואס טוט זיך אינסייט אאוט? אפילו ער קען זען אלע מיינע עבירות. סאו וואט? און אויב קען ער זען אלע דיינע עבירות איז ער דאך נישט צופיהל אנדער פונעם אויבערשטן. נו, פונעם אויבערשטן שעמסטו זיך דאך אויך נישט?! ס'איז ווי איינער זאגט, ביני לבינך, דו ווייסט וואספארא מאדער טראקער איך בין. עטליעס מיט דיר קען איך זיין אפן. באט, אדרבה זאג מיר וויאזוי איך קען מיך העלפן, ווייל איך קען מיך נישט העלפן אליינס.

סאוי עלטער ווערנעדיג ווען ס'איז מיר אויסגעקומען אביסל ארומצופארן צו אנדעדע שטעט איבער די וועלט, וויטין די אידישע סאסייעטיס, (פארקערט?) האב איך געזען אז אסאך שפילן די מעשה ראביסטעווע, אבער יעדער שרייט דער אנדערער איז שקר. אוודאי חוץ אויב דער רבי איז פון דער עלטערער דור. אבער צען יאר צוריק האט מען דאך מיר געזאגט אז נאר די פריעדיגע רביס זענען אמתע געווען און די היינטיגע זענען נישט ממש בעלי רוח הקודש. אויכעט זענען די אמאליגע מחלוקת'ער געווען עפעס העכערע זאכן. ווי איך קוק נאר אויף די יונגערע עידזשעס אונטער מיר זע איך דאך אז זיי גייען ניסלעך פאר די יונגע רבנים. די קליינע קינדער שטייען מיט א ציטער פארנט פון זייער רבי'לע טראכטענדיג ווער ווייסט וואס ער ווייסט אלץ איבער זיי. גיי איך צוריק צו מיין אייגענע רבי און איך טראכט, ווארשיינליך דארף איך מיר אנהויבן אביסל דרייען ביי אים אין הויז און צוזען פונדערנאנט זיין עבודת הקודש.

איך קום אן אהין און איך זע אוי וויי. די גבאים און קהלה לייט זענען די גרעסטע ליידיגגייער נאך. זיי האבן מיאוסע פיסקעס און האקן ליצנות אונטערן רוקן פון די ארימע אלמנות און תמימות'דיגע אידן וואס טאנצן און שאקלען זיך אונטערן רבי'ס בענקל. און וואס איז מיט די רבי אליינס? אה, ער איז שוין אלט און שוואך און די גבאים דארפן אים יעדע מאל ארויסיאגן פון טוילעט אקעגן זיין ווילן, ווייל ער קען זיך נישט אויסקראצן. דאס הייסט, ער איז נישט סתם ווי יעדע אנדערע אלטע איד וואס דארף צוקומען צו הילף ווייל ער איז פשוט אלט און שוואך און דא האט אים גאט באשאנקען מיט א סוויטע פון געהילף וואס זאלן אים קענען ארויסהעלפן מיט יעדע ריר אלס שכר ווייל ער האט זיך אזוי אוועקגעגיבן פאר'ן באשעפער זיין גאנצע לעבן. ניין! א אנדערע אלטע איד האט עס פיהל גרינגער ווי אים. אים טרייבט מען פון איין פלאץ צום צווייטן. מ'שטערט אים די נעכט, מ'לאזט אים נישט צוריה, מ'שלעפט אים צו טישן, ארום צו נדבנים, מ'שלעפט אים די הענט, מ'זעצט אים אראפ שעה'ן ליינען קוויטלעך, מ'יאגט אים אריין און ארויס פון טוילעט, אלעס ווייל מ'דארף צופרידן שטעלן דעם גרויסן ציבור וואס קומט זיך מתאבק זיין תחת רגליו הטהורים.

מילא דאס אז ער דארף ליידן. איז אויכעט פון הימל, ציוואס מיר פארשטייען נישט קיין סאך. אבער וואס איך פארשטיי נישט איז ווי האבן די גבאים נישט קיין פחד און אימה פון אזא מלאך אלוקים? ביז אפאר יאר צוריק האט ער נאך געקענט לייענען זייערע זינד ארויס פון שטערן.. ער האט מיט זיין קפידה געקענט עמיצן אוועקלייגן... מיט זיין ברכה עמיצנ'ס קענסער אויסהיילן און אצינד ערלויבן זיי זיך צו מאכן פון אים א פורים? מאכן פון אים א פאפיט שאו? איך האב אמאל אונטער געהערט א שמועס צווישן איין גבאי און די אנדערע.
משה: וויאזוי איז געווען היינט? האסט דיך אנ'עצה געגעבן מיט'ן רעבינ'ס הכנות?
מנחם: יא, ער איז ארויסגעגאנגען צוויי מאל היינט. איינמאל נאך שחרית, איינמאל נאך מנחה.
משה: אה יא? אויף ווילאנג?
מנחם: נאך מנחה איז נישט געווען געפערליך. נאך שחרית פאר צוויי אהאלב שעה.
משה: ביסט משוגע? וואס האסטו געטוהן פאר צוויי אהאלב שעה? ווילאנג דויערט שוין אונטערציווישן א אלטער איד? א לעצטיגע זאך אז ער האט זיך גענומען פעניען. נאך א שעה טרייב אים ארויס.

אבער זיי זאגן דאך אז ער האט געמאכט מופתים אמאל. ער האט דאך אזויפיהל אידן וואס פארציילן וואונדערליכע זאכן, ישועות און רפואות וואס זיי האבן געזען ביי אים. נו, לאמיר טראכטן א מינוט. ער האט דאך הונדערטע אידן וואס קומען צו אים חודש'ליך, פערזענליך נעמען א ברכה. ער האט זיי זיכער אלע אנגעוואונטשן זיי זאלן געהאלפן ווערן. מסתמא אבער נישט מיט א דירעקטע ברכה אזוי ווי "גיי אהיים, נעם נאכאמאל א טעסט, און וועסט זען אז די קענסער איז פארשוואונדן געווארן. מ'לייענט דאך אז די אמאליגע צדיקים, אויב האבן זיי נישט אנגעוואונטשן שארף און קלאר איז עס טאקע ליידער נישט מקוים געווארן. די ביכל האט אייביג מסביר געווען אז דאס איז ווייל די צדיק האט געזען ליידער אז די גזירה איז שוין פארחתמ'ט געווארן. ס'קען אבער זיין אז דאס האט די צדיק געטוהן אלס קלוגע סעיפטי מעזשור צו עוואוידן אומאנגענעמליכקייטן אויב ווערט עס נישט מקוים. און אויב ווערט עס יא מקוים וועט ער קיין שאדן אויך נישט האבן. ווייל ער האט גענוג קלאר געמאכט אין זיין ברכה אז דאס איז זיין טאקע זיין רצון מיט'ן אויבערשטנס הילף. ער וויל נאר נישט זאלסט מיינען אז ער איז גאט כדי זאלסט נישט חלילה מתפלל זיין צו א מענטש פון בלוט און פלייש.

סאוי די אלע וואס האבן געבעטן פאר א ישועה און ס'נישט מקוים געווארן האבן נישט וועגן דעם געסטאפט גלייבן אינעם צדיק, ווייל דאן איז דאך פשט אז ער איז ווי איינער וואס זאגט, "גאט, אויב וועסטו מיר גיבן א גוט לעבן נאר דעמאלטס וועל איך דיר דינען." און זיכער פארדינט ער דערמיט אסאך מער ערגעץ אנדערש. די וואס עס איז זיי יא מקוים געווארן וועלן זיכער ארומגיין בלאזן די מעשה פאר ווער ס'איז נאר גרייט צוהערן, און דאן וועלן די מופתים טרעגער עס צופיצן פון אלע זייטן ווייל אפי' אויב האט עס נישט פאסירט דארף מען גלייבן אבער אז ס'האט געקענט פאסירן. און וועלכע סארט מענטשן געווענליך, זענען דיע וואס ווען זייער פרוי ראנגלט זיך אלס מקשה לילד און דער דאקטער וויל אנהויבן שניידן, האבן זיי נישט קיין אנדערע דאגה ווי צו קאלן זייער רבי זאל זאגן וואס צוטוהן, ווייל די סייעתא דשמיא וועט דעם רעבין מאכן צוטרעפן צום ריכטיגן שריט? סאוי דער סייעתא דשמיא איז נאר גרייט צו ראטעווען דיין ווייב נאר אויב גייט עס דורך דעם רעבין'ס מויל?

און מאסט אף אלל. פון אזויפיהל טויזנטער מענטשן וואס זענען געקומען צום רעבין ביז דער פערציג -- אויספאקן זייערע פעקל צרות, לעבן פון לינקע אדער רעכטע ביזנעס דיעל'ס, א לעבן פון ארומלויפן צו דאקטורים אדער געריכט הייזער, -- האט דער רבי זיך שוין דעפענעטלי א היבש ביסל אויסגעלערנט אין פסיכילאגיע, מעדעצין, ביזנעס עדווייס און פרעדיקשן ביי עקספיריענס. אויב נישט איז ער טאקע ממש נישט אויף דעי וועלט. און אזעלכע ריזן האבן שוין אויף אן אמת געשאקלט וועלטן. די זעוויהלער, רימניצער און ר' יודעלע למשל האבן געטוהן זאכן שלא כדרך הטבע.

אלזא, זעהנדיג וויאזוי די ראביסטעווע ארבעט, האט מיר באנג געטאן אז מ'מאכט נישט א 4 אדער 8 יאר ראביי-טוירם, אזוי ווי מ'טוט פאר'ן פרעזידענט. בקיצור, ווייס איך שוין אז קיין רבי וויל איך נישט זיין. די רבי'ס מענטשן זענען זיכער נישט קיין געוואלדיגע פארטשענעיט מענטשן. און אוודאי די אלע אידן וואס ביקען זיך צו דעם געוואלדיגן בלאף זענען דאך סתם א באנדע נארעלעך. אקעי, איז ווער יא? אפשר די דיינים? אדער די משפיעים? מסתמא זיי זענען די וועלכע אויף וועמען איך זאל ארויפקוקן און ציהלן צו זיין ווי זיי.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט