בלאט 1 פון 2

ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:05 pm
דורך לאליפאפ
אזוי ווי ארבעס האט איינגעמאלדן נישט לאנג צוריק אין אחיעזר אז עס טוט זיך א געפארעכץ צום יארצייט פון הרה"ק ר' ישעי'לע, האב איך מחליט געווען אז איך גיי מיר מיטכאפן מיט א קבוצה יונגעלייט וועלכע פארן, און איינרייסן ישועות און רפואות פאר מיינע נאנטע און פאר גאנץ כלל ישראל.

נישט גרינג איז געווען דאס פארן אויף אונגארן, בארץ לא זרועה, א אנגעפאשעטער אמעריקאנער יונג, אינעם לאנד ווי אונזערע עלטערן און אור עלטערן האבן געלעבט פאר יארן מיט אזא באשיידנקייט, אבער עס איז א מורא'דיגע עקספיריענס.

אנקומענדיג פרייטאג קיין קערעסטיר האבן מיר זיך איינקוואטירט אינעם הכנסת אורחים, טיילנדיג צימער מיט נאך 65 געסט וועלכע פארגינען פאר משפחת רובין דעם 500 טאלערדיגן טשעק... דערנאך בין איך ארויף צום ציון א 5 מינוט דרייוו פונעם אכסניה, ווי עס האט מיר ארומגעכאפט א שטארקן התעוררות און כ'האב געזאגט תהילים און מזכיר געווען אלע הזכרה'לעך.

עס איז איבעריג צו זאגן וואס עס טוט זיך אין קיטשען אין קערעסטיר ערב שבת יארצייט, ריזיגע טעפ אנגעפולט מיטן גאנצן מה ידידות, פרויען פון איין זייט, בחורים פון צווייטן זייט, שטייען און קאכן באקן שיילן מישן, און יעדעס מינוט וואשט מען פריש אויס די כלים און מען הייבט אן נייע רעצעפטן, טעצער קעיקס און קוקיס פארן ארויס יעדע עטליכע מינוט, וואס זאל איך אייך זאגן.. נוסח קערעסטיר!

פארן מקוה ערב שבת האב איך מיר נישט באגנוגנט מיטן פראוויזארישן קערעסטירער מקווה, נאר איך האב אריינגעדרייווט מיטן קליינעם עיוויס קארעלע קיין אוהעל, אוי איז דאס געווען א מקווה. א פיינע ווארעמע בור, מיט צוויי שיינע סטעיט אוו די ארט שאוערס וואס שטייען גרייט צום באנוץ אויף דער זייט, פרישע האנטוכער, פיינע סטים, מעין עולם הבא.

צווישן די אנשי שם וואס איך האב דארט באמערקט אין קערעסטיר זענען געווען: האדמו"ר מניקלשבורג וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן שבת אין איינעם פון די דערנעבנדע דערפער דורכאויס שבת. האדמו"ר מקאסאן פארשעי, און האדמו"ר מקאסאן לאנדאן. לואיס שיינער פון מאנסי (אומאן) האט זיך אויפגעהאלטן אינעם דערנעבנדן דארף טערצל.

די פלאץ ווערט אויפגעהאלטן און געראנט דורך רעב שייעלעס אייניקלעך משפחת רובין וועלכע פארן אהין יעדעס יאר אנשים נשים וטף און שטעלן צו אז אלעס זאל קלאפן עצהיו"ט, צווישן זייערע פעולות דעיס יאר ציילן זיך: דאס אויפבויען א נייעם פרעכטיגן קאך אויפן ארט צו קענען אקאמאדירן און סערווירן דעם גרויסן ציבור, וועלכע ציילט זיך עטליכע טויזנט א יאר ווי דעם היי יעריגן, און ווי אויך האבן זיי אויפגעבויט א גרויסן אהל געביידע אויפן ציון, נוסח מעזבוזש און אומאן.

איך האף אז די זכות פון הרה"ק ר' ישעילע זאל מיר טאקע מגין זיין און מיר העלפן בכל מילי דמיטב, און אלע יודן זאלן זוכה זיין געהאלפן צו ווערן מיט כל משאלות לבם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:23 pm
דורך יין שרף
הערליך שיין באשריבן!

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 10:15 pm
דורך לאליפאפ
יין שרף האט געשריבן:הערליך שיין באשריבן!

שקויעך יין שרף פארן מיר געבן מיין 500'סטע לייק! :like

נשלח: דאנערשטאג מאי 08, 2014 10:16 pm
דורך איך אויך
העי דעיס איניש פעיר.

נשלח: פרייטאג מאי 09, 2014 1:07 am
דורך שמעקעדיג
לאלי דו רייצט מיר אן. נעקסטע יאר כאפ איך זיך מיט. גוט צו געדענקען: די עיוויס קארעלע באלאנגט פאר לאלי.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2016 9:56 pm
דורך יוסף שרייבער
אויב איינער וועט זיין די וואך אין באדראג קען ער אריינקומען זאגען היי.

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 1:36 pm
דורך געוואלדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:לאלי דו רייצט מיר אן. נעקסטע יאר כאפ איך זיך מיט. גוט צו געדענקען: די עיוויס קארעלע באלאנגט פאר לאלי.


שוין צוויי יאר שפעטער, ביסט געפארן לעצטע יאר? פארסט די יאר?

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2016 2:17 pm
דורך פליקער
ווי געשריבן אמאל דא וועיגן די נייע יום טוב וואס געפאלט אויס ג' אייר, העמיר זען היי יאר וואס פאר א פראגרעס עס וועט מאכן, קיין ביטול מלאכה איז נאך נישט דא, אבער אפשר וועט שוין היי יאר אלע אינוואויסעס וואס האט שייכות מיט עסן ווערן בטול אזוי ווי יובל אדער שמיטה.

Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 8:42 am
דורך קלוגע יודל
איינער האט די נאמבער פון די הכנסת אורחים אין קערעסטיר?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:45 pm
דורך לך לך
איינער פרעגט מיר ווען קען ער אפישעל אנהייבן צו עסן לכבוד היום ג' אייר הממשמש ובא...
לאל

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:46 pm
דורך וואלווי
לך לך האט געשריבן:איינער פרעגט מיר ווען קען ער אפישעל אנהייבן צו עסן לכבוד היום ג' אייר הממשמש ובא...
לאל


יָכוֹל מֵרֹאשׁ חֹדֶשׁ, תַּלְמוּד לוֹמַר בַּיוֹם הַהוּא, אִי בַּיוֹם הַהוּא יָכוֹל מִבְּעוֹד יוֹם, תַּלְמוּד לוֹמַר בַּעֲבוּר זֶה - בַּעֲבוּר זֶה לֹא אָמַרְתִּי אֶלָא בְּשָׁעָה שֶׁיֵּשׁ פיש פלייש גאלע לעבער הערינג קיכעל קוגל חלה לקח משקה מֻנָּחִים לְפָנֶיךָ...

Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:00 pm
דורך קלוגע יודל
ווייסט איינער די אדרעס פון ר' ישעילע'ס גאסט הויז?
אדער קען איינער ביטע נאך קוקען אין צייטונג?
איך בין א 10 מינוט אוועק פון קערעסטיר, אין איך ווייס נישט ווי אהין צו גיין?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:15 pm
דורך איך אויך
קלוגע יודל האט געשריבן:ווייסט איינער די אדרעס פון ר' ישעילע'ס גאסט הויז?
אדער קען איינער ביטע נאך קוקען אין צייטונג?
איך בין א 10 מינוט אוועק פון קערעסטיר, אין איך ווייס נישט ווי אהין צו גיין?

3 sipos koz

Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:31 pm
דורך קלוגע יודל
איך אויך האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:ווייסט איינער די אדרעס פון ר' ישעילע'ס גאסט הויז?
אדער קען איינער ביטע נאך קוקען אין צייטונג?
איך בין א 10 מינוט אוועק פון קערעסטיר, אין איך ווייס נישט ווי אהין צו גיין?

3 sipos koz

וועלעכע איז דאס?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2017 10:58 pm
דורך איך אויך
וואס דו האסט געבעטן.

Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 7:27 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
איך פאר נישט קיין קערעסטיר דאס יאר איך בין אויף דייעט!

Re: ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:44 pm
דורך פליקער
איך אויך האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:ווייסט איינער די אדרעס פון ר' ישעילע'ס גאסט הויז?
אדער קען איינער ביטע נאך קוקען אין צייטונג?
איך בין א 10 מינוט אוועק פון קערעסטיר, אין איך ווייס נישט ווי אהין צו גיין?

3 sipos koz

Bais Yeshaya dKeristerer Shtiebel
3401 Prairie Ave  
Miami Beach, FL 33140

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:34 am
דורך berlbalaguleh
פליקער: וואסי. אין קערעסטירער שטיבל אין מיאמי פלארידא געט מען דען נישט לקח און בראנפן מיט הערינג און קאווע פאר תיקון (כמעט) א יעדן טאג....?!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:39 pm
דורך וחלופיהן

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2018 10:16 pm
דורך [NAMELESS]
הייאר פאר איך נישט צו ר' ישעילה ווייל איך בין אויף א דייעט

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 12:55 pm
דורך געוואלדיג
פארן מיר אי''ה קיין קערעסטיר, אויב ווילט איהר, שיקט א קוויטל אין אישי אדער צו itisgevaldig@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ארויס פרינטן און אראפלייגן ביים ציון.

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 1:05 pm
דורך וואלווי
חתם סופר האט געשריבן:הייאר פאר איך נישט צו ר' ישעילה ווייל איך בין אויף א דייעט


נישט יוצא ג' אייר מיט סתם א דייעט. די מיעוט חלבו ודמו דארף מען פארטיילען פאר עניים אדער גאר פאר יודען וואס האבן נאר זיי דארפן פשוט נאך.

וכן נתפשט המנהג במדינתינו...

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 1:07 pm
דורך וואלווי
געוואלדיג האט געשריבן:פארן מיר אי''ה קיין קערעסטיר, אויב ווילט איהר, שיקט א קוויטל אין אישי אדער צו itisgevaldig@gmail.com, איך וועל פראבירן צו ארויס פרינטן און אראפלייגן ביים ציון.


איך שיק שוין, נאר איך וויל מאכן זיכער פאר דעם, איז דאס גענצליך בחינם? אדער כמנין ח"י פעמים ישעיה"ו עם הכולל צוטיילט אויף צוועלעף פעימענטס...