בלאט 1 פון 2

ברעיקינג!! צוויי בחורים ארעסטירט אין מאדריד שפאניע

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
עס קימט אריין שאקירענדע נייעס אז צוויי בחורים זענען ארעסטירט געווארן אין מאדריד שפאניע פאר'ן שמוגלען דראגס

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:51 pm
דורך עפל סיידער
אוי וויי !!

ווארט יעצט א פרישע אסירי שפאניע? אדער נאר די יאפאנעזער קענען אזוי סעקירען פאר מינדערוויכטיגע נושאים?

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:52 pm
דורך לית דין בר נש
מער אינפא פליז!
פון ווי זיינען זיי געפארן?
ישיבה בחורים?
א סטאפ אובע"ר אויפן וועג קיין אר"י?
ווער איז די שולח?

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:56 pm
דורך דריידל
פון ווי זענען די בחורים? אמעריקאנער? ישראלישער?

אונז זעמיר שוין מער ווייניגער אויפגעסעט וויזוי צו האנדלן מיט אזעלכע פעלער ר"ל. דאכציכמיר אז די עסקנים וואס האבן אנגעדרייט א מצב מיט די יאפאנעזע בחורים, האבן נאכנישט רעטייערט.

זאל די באשעפער האלטן די רעכט האנט און יעדער זאל אבאכט געבן וואס מ'טיט.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:58 pm
דורך יואליש
ר"ל!

קוקענדיג אויף די פאזיטיווע זייט, ס'איז באשערט קול מבשר אינטערוואויס און עמי קאווער סטאריס פארן שתדלן פון אנטווערפן.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:58 pm
דורך עפל סיידער
צוואנציג יעריגע שובו בנים בחורים
זיינע חברים זאגען אז זיי האבען בכלל נישט געוויסט אז מען מיירעט זיי דא איין,
די מצב אין שובו בנים ווערט ליידער זייער נאכגעלאזט נאכען אנטלויף פון זייער מנהיג, די ציבור ברויך איינרייסען פאר'ן כלליות'דיגע קהילה, ווער ווייסט וואס נאך עס פאסירט נאר פונקט קומט עס נישט אהן צו די ספרדישע פאליציי.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 2:02 pm
דורך אפטעמיסט
@KolHaolam: SPAIN: UPDATE - According to reports, the Bochurim, from Jerusalem and Tzefas, were coming from Morocco, were arrested last week in Madrid.
SPAIN: BREAKING NEWS - 2 Bochurim in their 20's arrested for bringing drugs into Madrid, claim they didn't know anything about it.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 2:05 pm
דורך עפל סיידער
די ארטיגע ספאנישע רעגירונג האט ארעסטירט נאך א גרויסע צאל גויים פארמישט אין די געשעפט עס זעהט אויס א פארפלאנטערטער קעיס.

די רעגירונג טענה'ט אז דאס איז א נאכגעפארשטע לענגערע זוך אקציע, און נישט בלויז געכאפט בחורים מיט רענצליך ביי א טשעק פוינט.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 2:06 pm
דורך מאטי
יואליש האט געשריבן:ר"ל!

קוקענדיג אויף די פאזיטיווע זייט, ס'איז באשערט קול מבשר אינטערוואויס און עמי קאווער סטאריס פארן שתדלן פון אנטווערפן.

די נאכט איז א צוועלעף יעריגע מיידל אוועק ר"ל. אויף די פאזיטיווע זייט, גייט די טשאפל פארדינען אפאר גרייצער.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 2:15 pm
דורך יואליש
מאטי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:ר"ל!

קוקענדיג אויף די פאזיטיווע זייט, ס'איז באשערט קול מבשר אינטערוואויס און עמי קאווער סטאריס פארן שתדלן פון אנטווערפן.

די נאכט איז א צוועלעף יעריגע מיידל אוועק ר"ל. אויף די פאזיטיווע זייט, גייט די טשאפל פארדינען אפאר גרייצער.


דער אבן עזרא האט עס אויך אזוי געזעהן.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 2:19 pm
דורך מאטי
רעטאריש.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 2:35 pm
דורך יואליש
מאטי האט געשריבן:רעטאריש.


אז דו קענסט יא קלאסיפיצירן, לייג מיינס אונטער ציניש.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 4:05 pm
דורך טעפל
נישט אז איך וויל ח"ו אוועק מאכען די קהילת שובו בנים, אבער אין א"י רופט מען זיי שובו באנגים מלשון דראג"ס וכו'..

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 4:28 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
מאטי האט געשריבן:רעטאריש.


און האט דאס ווערטל געמאכט אויף זיין חשבון, נישט יענעמס.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 7:42 pm
דורך עפל סיידער
שוין ס'הייבט זיך אהן, ציבין פון אר''י רעדט שוין אויף ק''מ, ער וויל דארט נישט רעדן קיין שום דעטאל אפילו פון ווי די בחורים קומען,
ס'קוקט אויס ווי בעדפארד עוו. איז נאך א טו וועי און אויב ק''מ געט נישט ארויס גייט טאקע קיינער נישט זעהן די נייעס.
כ'פארשטיי נישט וואס ער האט מורא צו רעדן דעטאלען וואס יעדער ווייסט.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
עפל סיידער האט געשריבן:שוין ס'הייבט זיך אהן, ציבין פון אר''י רעדט שוין אויף ק''מ, ער וויל דארט נישט רעדן קיין שום דעטאל אפילו פון ווי די בחורים קומען,
ס'קוקט אויס ווי בעדפארד עוו. איז נאך א טו וועי און אויב ק''מ געט נישט ארויס גייט טאקע קיינער נישט זעהן די נייעס.
כ'פארשטיי נישט וואס ער האט מורא צו רעדן דעטאלען וואס יעדער ווייסט.

די לאיערס האבן געהייסן נישט רעדן. ס'גרינדעט זיך שוין דער וועד העסקנים לפדיון שבויים. מ'עט שוין מאכן גרויסארטיגע אסיפות איבער די וועלט. מיט שרייענדיגע, דראמאטישע קידוש לבנה אותיות. וואספארא צדיקים און תמימים די באשולדיגטע זענען געוועין...און וויאזוי זיי פלעיגן זיך מוסר נפש זיין צו געיבן עסן פאר א יעדן הונגעריגן און פארשאפט קליידער פאר א יעדן נצרך אין די ווייטסטע מקומות אין א"י. זיי האבן פשוט געוואלט א טובה טון פאר א דראג דילער וועלכער האט זיי געבעיטן מיטצונעמען א רענצל לשם מצוה. צוזאגנדיג אז מ'וועט זיי אפווארטן אין עירפארט. דער חלק איז ליידער אמת. מ'האט זיי אפגעווארט אין עירפארט. נאר נישט די שותפים פונ'ם דראג דילער. נאר די שליחים פון די רעגירונג... 8-) :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :cry: :( :o

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 9:29 pm
דורך עפל סיידער
איין זאך איז איצט לייכטער אחוץ וואס די ספעין גאווערמענט איז נישט אזוי פארשטייפט, איז נישטא בדרך הטבע די שאנסען פאר אן אינערליך רייבעריי וואס איז געווען ביי די יאפאן קעיס ווען איינער איז געווען א מיינער.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:00 pm
דורך גראף
אפשר קען אײנער פון די ת״ח דא מיר זאגן אדער עפענען אן אשכול װעגן פדיון שבויים. היות מען גײט יעצט
אנהײבן צו שנארען פאר געלט װיל איך װיסן אז אויב די ארעסטירטע האבן עס געטוען במזיד
צי בין איך מחיוב צו געבן געלט? איך װײס אז צדיקים האבן זיך מוסר נפש געװען פאר די מצוה אבער איך רעד
אויסדריקלעך װעגן הלכה נישט לפנים משורת הדין.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:19 pm
דורך ברוך שאמר
גראף האט געשריבן:אפשר קען אײנער פון די ת״ח דא מיר זאגן אדער עפענען אן אשכול װעגן פדיון שבויים. היות מען גײט יעצט
אנהײבן צו שנארען פאר געלט װיל איך װיסן אז אויב די ארעסטירטע האבן עס געטוען במזיד
צי בין איך מחיוב צו געבן געלט? איך װײס אז צדיקים האבן זיך מוסר נפש געװען פאר די מצוה אבער איך רעד
אויסדריקלעך װעגן הלכה נישט לפנים משורת הדין.

זארג דיך נישט די רבנים וועלן אפירקראצן עפעס א גיטס אין זיי וועלן אינז עולם גולם איינרעדן אז לפנים משורת הדין איז גאר די הלכה !

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 11:22 pm
דורך פישלע העררינג
אקעי. לאמיר עס מאכן בקיצור.

פעסט פארווערד.

פאר ח"י ראטל קענסטו האלטן איינעם פון די אסירים אויף דיינע פלייצעס ביים באפרייען.

פעסט פארווערד נאך אביסל.

מזל טוב, דער מסירת נפש'דיגע תמים למעלות איז א חתן.

פעסט פארווערד.

אלע פיקטשער מאגאזינען האבן בילדער פון די גרויסארטיגי חתונה. ענבי הגפן.

נ. ב. איך בין יעצט אין מדינת ישראל, און עס איז נישט נארמאל אז עס געפינט זיך נישט אפ דא אפילו גם אחד וואס זאל נישט מלמד זכות זיין! וויפיהל פאפיטעס האב איך היינט חרוב געמאכט רעדענדיג מיט אלטע חברים לספסל הישיבה, און פה אחד נמנו וגמרו אז דא איז געשעהן עפעס ר טעות...

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 2:05 am
דורך קליגער אינגערמאן
פישל'ע העררינג האט געשריבן:נ. ב. איך בין יעצט אין מדינת ישראל, און עס איז נישט נארמאל אז עס געפינט זיך נישט אפ דא אפילו גם אחד וואס זאל נישט מלמד זכות זיין! וויפיהל פאפיטעס האב איך היינט חרוב געמאכט רעדענדיג מיט אלטע חברים לספסל הישיבה, און פה אחד נמנו וגמרו אז דא איז געשעהן עפעס ר טעות...

אוודאי א טעות... אלעמאל ווען מ'כאפט איזעס א טעות..
אווי גייט ס'ווארט:
טעות עכים איז מותר
אבער ווען מ'כאפט איז זייער ביטער.

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 3:11 pm
דורך berlbalaguleh
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:נ. ב. איך בין יעצט אין מדינת ישראל, און עס איז נישט נארמאל אז עס געפינט זיך נישט אפ דא אפילו גם אחד וואס זאל נישט מלמד זכות זיין! וויפיהל פאפיטעס האב איך היינט חרוב געמאכט רעדענדיג מיט אלטע חברים לספסל הישיבה, און פה אחד נמנו וגמרו אז דא איז געשעהן עפעס ר טעות...

אוודאי א טעות... אלעמאל ווען מ'כאפט איזעס א טעות..
אווי גייט ס'ווארט:
טעות עכים איז מותר
אבער ווען מ'כאפט איז זייער ביטער.

שכוח, קליגער יונגערמאן: ויש גירסא אחרת: ס'אמאל אדורכגעגאנגען א פריזאן טשאפלעין לעיבן א "סעל". האט ער באמערקט אז דארט זיצט א יונגערמאן א בעל צורה מיט א הדרת פנים. נאכ'ן געיבן שלום עליכם פרעיגט איהם דער טשאפלעין. "פארוואס האט מען דיך איינגעזעצט"? זאגט דער ארעסטאנט "ס'איז געוועין א טעות" האט דער טשאפלעין געזאגט . איך גיי שוין רעדן צו די אדמיניסטרעישן מ'זאל דיך באפרייען. פרעיגט דער טשאפלעין "וואס איז געוועין דער טעות"? זאגט דער ארעסטאנט. "איך האב געהאט א טעות. כ'האב געמיינט אז מ'וועט מיך נישט כאפן"... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 3:16 pm
דורך smartinof
יא יא דא זעלבער טעות וואס גראסמאן האט געטוהן ביים שיסען און אומברענגען אן אומשולדיגען פאליצאנט, און דער זעלבער טעות וואס בלומגארטען האט געטוהן ביים שיקען שליחים צו אומברענגען מעטנש/ען, און דער זעלבער טעות האבן די צוויי דראג דילער געמאכט, גראסמאן דארף מען הענגען, די בחורים דארפען זיצען און תפיסה, איך גיי אראנזשירען א יום תפילה, להעביר רעת הארץ, איינרייסען אז מען זאל ווי שנעלער איינזעצען די בחורים...