דו ווילסט טאקע אלעס פארשטיין?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

דו ווילסט טאקע אלעס פארשטיין?

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]די וועלט פון וויסענשאפט גאלאפירט מיט א שטארקע שנעלקייט, עס איז שוין כמעט נישט דא קיין זאך אין דער וועלט וואס מען פארשטייט נישט (מער ווייניגער) איר אויסשטעל, תועלת, תכלית, אא"וו. ספעציעל די לעצטע פאר יאר מיט די ערפינדונג פונעם געוועב, איז דא פאר אונז א אפענע וועלט, גארנישט איז פארהוילן, אזש אז יעדער קליינע נער, וואס אין חדר האט ער נישט פארשטאנען א פשוט'ע מחלוקה פון סומכוס און רבנן, נאר נאך צוואנציג מאל וואס זיין געטרייע מלמד האט אריינגעהאמערט איו זיין אויער, קען היינט צוטאגס מיט אפאר פינגער דרוקען אויפן קיבאר"ד און גוג"ל וויסען זאכן וואס די גרעסטע סייענטיסטן האבן זיך געמוטשעט יארן.

די אלע זאכן זענען זייער פיין און וואויל, אבער פון די אנדערע זייט האט דאס געברענגט צו א עפאכע ווי מענטשען מיינען אז מען מוז אלעס פארשטיין, והא ראיה פארשטיין קומט אזוי גרינג אן, און אז איך פארשטיי עפעס נישט מיינט אז עפעס טויג נישט. דאס איז נוגע אין יהדות און אמונת השם וכדו', וואו מען זעט נעבעך ווי מענטשן פאלן ווי פליגן נאר צוליב דעם נארישן אידעלאגיע, אז אלעס מוז איך פארשטיין, און אויב פארשטיי איך נישט מיינט אז עפעס שטימט נישט דא. און נאכדעם קלאפט עס נעבעך אויס אויף דעם טאג-טעגליכן סדר היום פון מענטשן. דער עולם דרייט זיך ארום מיט כל מיני צרות און פראבלעמען, מען מוטשעט זיך מיט געזונט, פרנסה, נחת, אן זען א משהו ליכטיגקייט, אן זען א וועג ארויס. און מיט די הענט כלפי שמיא, האט יעדער בר נש א גאנצע בארג מיט קשיות און טענות, היתכן איך האב נישט קיין געלט? היתכן איך בין נישט געזונט? היתכן גארנישט גייט מיך נישט גוט? וכו' וכו', און נעבעך די גאר שוואכערע הערצער ציען פון דעם שרעקליכע כפירה'דיגע מסקנות, נעבעך אזוי אומוויסענד, ווייל אזוי מוז דאך זיין, און אויב נישט שטימט עס נישט. בקיצור עס הערשט א געפערליכע הסתר און א צומישעניש אפילו ביי די שענסטע פון כלל ישראל נעבעך.

איך דערמאן זיך פונקט פון א שמועס וואס איך האב געהאט מיט יארן צוריק מיט מיינער א באקאנטן, גאר א חשוב'ער אינגערמאן, א בן תורה. פון צווישן די שורות פונעם שמועס האב איך ארויסבאקומען אז ער האט נישט קיין שום געפיל אינעם אלטן לאנג-יעריגען מיטל פון זיך אויסוויינען ביי א תהילם'ל. אויף מיין פארוואונדערטע שאלה, פארוואס? זאגט ער מיר מיט א צובראכן הארץ; הער מיך אויס, דו ווייסט אז איך האב פארלוירן מיין טאטע ווען איך בין געווען קליין. דו האסט בכלל א אהנונג וויפיל איך האב נאס געמאכט דעם תהילם'ל פאר זיין וואוילזיין?! דו ווייסט וויפיל איך האב איינגעריסן ער זאל ווערן געזונט?! און..... גארנישט, ער האט מיך איבערגעלאזט אן מיך פרעגן....

מ'קען באמת נישט האבן קיין טענות אויף אזא איינעם, ווייל ער האט דאך א שטיקל טענה, און דאס איז א געפיהל וואס מ'קען נישט אזוי אוועק מאכן, נאכדערצו פון א שטאנדפונקט פון איינעם וואס האט דאס נאך קיינמאל דורך געלעבט. אבער וואס איז למעשה די ריכטיגע בליק אויף די אלע זאכן? וואס זענען די תירוצים פאר די אלע הונדערטע טויזענטע אום-פארענטפערטע קשיות פון צענדליגע טויזענטע יאר? איז דא בכלל תירוצים? דארפן מיר תירוצים?

דער הייליגער קאצקער זי"ע האט אמאל געזאגט "מענטשן זענען זיך מתרעם אז "נסתרים דרכי ד'", נו אוודאי אזוי, וואלט איך דען אויפגענומען א מלך וואס זיינע מעשים וועלן זיין פארשטענדליך פאר יעדע טיפה סרוחה?!"

די ווערטער זענען זייער טיף און אמת. מיר זוכן נישט דא צו פארענטפערן יעדע ספעציפישע קשיא, כאטש מיר גלייבן אז יעדע זאך האט א ריכטיגע און אמת'ע תירוץ, מיר ווילן נאר אויפמערקזאם מאכן אז פונקט פארקערט, טאקע ווייל מיר פארשטייען נישט אלעס, דאס איז די גרעסטע ראיה וויפיל חכמה און ברירות ליגט אין די גאנצע בריאה.

שטעלט אייך פאר איר ווילט זיך איינשרייבן אין א קאלעדז"ש צו באקומען א דעגרי אויף סיי וועלכע פאך. פארשטייט זיך אליין איר גייט נישט אפירזוכען די שוואכסטע קאלעדז"ש, וואס יעדער וואס האט קוים א 80 איי קיאו, גייט אהין. נאר איר גייט אפירזוכן דעם העכסט פרעסטיזשפו"ל קאלעדז"ש, ווייל איר דארפט דאך וויסן אז איר זענט נישט סתם אבי א נער, נאר קלוג ווי שלמה, און איר האט באקומען א דעגרי פון א קאלעדז"ש וואס נישט יעדער קען דערגרייכן. אבער איין מינוט, דאס אז דער שוואכער קאפ גייט נישט פארשטיין דיין פראפעסער, מיינט אז דער פראפעסער איז נישט גערעכט?! אדער פונקט פארקערט, טאקע ווייל דער פארשטייט נישט, ווייזט וויפיל קלוגשאפט ליגט דערין? לאמיר גיין נאך ווייטער, שטעלט אייך פאר, דו קומסט אריין אין א קלאס, וואס האלט שוין אינעם צווייטן יאר פון סייענ"ס, דאן מעגט איר האבן די בעסטע קאפ וואס איז שייך, און אן איי קיאו פון 118, גייט איר נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס דער פראפעסער זאגט. אבער מיינט דאס אז דער פראפעסער איז נישט גערעכט? אוודאי אז נישט! נאר פונקט פארקערט, ווי מער דו פארשטייסט נישט, ווייזט וויפיל חכמה און וויסענשאפט און ריסערט"ש ליגט אין דעם פראפעסער.

נו פרעגט אייך אליין, צו פירן אזא גרויסע פארצווייגטע וועלטעל ווי אונזער'ס, וואלסטו געוואלט האבן איינעם וואס זיינע מעשים זענען פארשטענדליך פאר יעדע נער??!! אוודאי אז נישט!

לאמיר נעמען א קליינע משל; שטעלט אייך פאר, מען קומט צו אייך פרעגן אויב עס זאל יעצט רעגענען אדער נישט? די באשלוס ליגט אין אייער האנט. א קליינע פשוט'ע באשלוס, הא?! יא אדער נישט?! האסט אבער אמאל זיך אפגעשטעלט טראכטן וואס אלס אין אזא באשלוס ליגט? וויפיל טויזענטע זאכן גייען פאסירן לכבוד דעם רעגן? די טרעפיק גייט זיין שרעקליך, גייסט פארפאסן דיין אפוינמענט ביים דאקטער אויף וואס דו ווארסט שוין חדשים. א אנדערער גייט אנקומען שפעט אהיים און זיין שלום בית איז דערנאך. דער דריטער, איז זיין הוט קאליע געווארן, גייט ער דארפן באצאלן יעצט נאך הונדערט אכציג פאר א נייע הוט. וכו' וכו', מיליאנען זאכן וואס גייען זיך אפשפילן נאר וועגן די קליינע פשוט'ע באשלוס פון יא רעגן אדער נישט. נו פרעג איך אייך, ווילסטו דען דאס פארשטיין? דו האלטסט טאקע אז דו קענסט בכלל אזא פארצווייגטע זאך פארשטיין?

נאר וואס דען? יעדע מאל וואס עפעס גייט נישט גוט, און מען האט קשיות, און באמת שטארקע קשיות. זאלסטו טראכטן "אוי טאטע, איך דאנק דיר אז איך פארשטיי נישט דיינע מעשים, ווייל אָך און וויי וואלט געווען ווען יעדע נער קען דיך פארשטיין".[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מצטמק ויפה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר