בלאט 1 פון 1

חסיד'ישער איד ארעסטירט אויף פארראט קלאגעס

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 3:41 pm
דורך אפטעמיסט
[justify]א שאקירענדע באריכט קומט אן פון ישראל, אז א חסיד'ישער איד, א פרימישלאנער חסיד מיט'ן נאמען אלי אריה כהן, איז ארעסטירט געווארן אויף פארראט קלאגעס אין בן גריון לופט-פעלד, ביים פראבירן צו פארלאזן דאס לאנד.

כהן, איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארלאנג פון די אמעריקאנער פעדעראלע אינסטאנצן נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיטן פארקויפן טיילן פון מיליטערישע פליגערס, פאר איראן, און נאך פאברעכן פון כשר'ן געלט פון יאר 2000 ביז יאר 2004.

כהן איז שוין אין דער פארגאנגענהייט געזעצן אין אן אמעריקאנער תפיסה אויף ענליכע קלאגעס.

פריער אין טאג ווען ער האט פראבירט ארויסצוגיין פון לאנד, מיט זיין פרוי, איז ער אראפגעהאלטן געווארן דורך מדינת ישראל אגענטן, און געפירט געווארן אין טורמע.

עס ווארט אים אפ צוואנציג יאר טורמע מיט א געלט שטראף ביז איין מיליאן דאללאר אויב זאל ער געפינען ווערן שולדיג אויף די קלאגעס.

אין בני ברק האט מען אויפגענומען די נייעס מיט שאק, און אנגעגעבן אז כהן, פינף און זעכציג-יאר-אלט, איז א באקאנטער איש צדקה און די קלאגעס קעגן אים מוזן זיין פאלש.[/justify]

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 6:34 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל ער טיילט אסאך צדקה איז די קלאגעס פאלש?

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 8:33 pm
דורך berlbalaguleh
ממי_שאמרו האט געשריבן:ווייל ער טיילט אסאך צדקה איז די קלאגעס פאלש?

יא. זיכער אזוי. דער "משפחה" מאגאזין באטיטלט דעם באוואוסטן קרוק, וועלכער וואוינט אין לעיקוואוד מיטן שיינעם נאמען "הנגיד" ווען זיי האבן באריכטעט די נייעס איבער זיין ארעסט דורך די עף.בי.איי. האבן זיי געשריבן "האף.בי.איי. עצרו את הנגיד..." :? 8-) :roll: :lol: :x :roll: :P :oops: :( :cry: :o

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 8:50 pm
דורך טיטאניק
ווען איינער טיילט ציפיל איז עס נישט קיין קשיא
ווייל געלט וואס מען הארעוועט דערויף נישט שווער קען מען גרינג אוועק געבען

נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 10:04 am
דורך כתר מלכות
עס איז בלי שום ספק אמת! דער כהן איז א באטריגער. וויאזוי ווייס איך? פשוט ווייל ער איז א חסידישע איד. איז נאך דא אפילו מקום צו צווייפלען? איבערהויפט אז ער גיבט נאך צדקה אויכעט.
#השנאה מקלקלת השורה

נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 7:56 pm
דורך טיטאניק
כתר מלכות האט געשריבן:עס איז בלי שום ספק אמת! דער כהן איז א באטריגער. וויאזוי ווייס איך? פשוט ווייל ער איז א חסידישע איד. איז נאך דא אפילו מקום צו צווייפלען? איבערהויפט אז ער גיבט נאך צדקה אויכעט.
#השנאה מקלקלת השורה

אוודאי אזוי, די עף בי איי און די נאצישע פייער דעפארטמענט (בארא פארק) ארבעטען ציזאמען אויף א מיסיע אינטער צי ברענעגען כלל ישראל איבערהויפט די חסידישע אידען
יאפ ביסט גערעכט
ווייל מיר היימישע חסידישע טשאלענט עסער און מקוה ווייקערס און קניידלעך קייערס קענען פשוט נישט טין קיין עבירות
אין די רגע וואס די באקימסט שיריים פון דער רבי שליט"א ווערט מיסטיש פארברענט יעדע חשש יצר הרע

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 2:13 am
דורך רחב רחב
אפטעמיסט האט געשריבן:כהן, איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארלאנג פון די אמעריקאנער פעדעראלע אינסטאנצן נאכ'ן ווערן אנגעקלאגט מיטן פארקויפן טיילן פון מיליטערישע פליגערס, פאר איראן, און נאך פאברעכן פון כשר'ן געלט פון יאר 2000 ביז יאר 2004.


ווי אזוי קען מען איהם יעצט קלאגן פאר כשר'ן געלט פון 2000 ביז 2004, עס איז שוין צען יאר צוריק, די סטאטיו אף לימיטעשן'ס איז דאך שוין פאראיבער?