בלאט 1 פון 1

אינגערמאן ערענסט צוביסן דורך א הונט

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 3:53 pm
דורך town1
פאריגע וואך איז געווען באריכטעט אין דער בלאט איבער א היימישע אינגערמאן, א מלמד אין א תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, וואס איז ערענסט צוביסן געווארן דורך א הונט.

די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען דער אינגערמאן איז געגאנגען פארקויפן זיין אלטע קאר ביי א ריפער שאפ אין וויליאמסבורג, אינמיטן פארהאנדלען איז פלוצלינג א הונט אים באפאלן פון אונטער אים און אים געביסן און נישט אויפגעהערט. ארום אים זענען געשטאנען די ארבעטער און גארנישט געטון אים צו העלפן. ענדליך נאך א 15-20 מינוט איז א איד פונקט אדורכגעפארן און זיך אפגעשטעלט און גערופן הצלה, הצלה איז שנעל אנגעקומען און זיי האבן געזאגט אז אויב וואלט מען זיי גערופן אפאר מינוט שפעטער וואלט דער אינגערמאן געווען אינגאנצן אויסגעבלוטיגט ח"ו, הצלה האט גערופן פאליציי און זיי האבן קאנפיסקירט דעם הונט. אין שפיטאל האט דער דאקטאר באשטעטיגט אז דער הונט האט אים געביסן 40 מאל.

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 4:38 pm
דורך שמעקעדיג
שרייב שוין די גאנצע פשעטל מיט די מאגן ברענען און די טאמ'ס א גג על גג פשעט'ל...

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 4:53 pm
דורך מאטי
שמעקעדיג, ביסט אלרייט?

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 5:41 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס דו קויפסט נישט דעם בלאט... איך האב די זעלבע זאך געפרעגט פון דעם בלאט שרייבער... איך האב זיך געראולט!

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 6:46 pm
דורך [NAMELESS]
נא, שמעקעדיג, אז ער זאגט נישט זאג די כאטש

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 6:59 pm
דורך ישמעאל הכהן
פערצופאל געליינט ביי איינעם, און רחמנות געהאט אויפ'ן שרייבער מער ווי אויפ'ן געביסענעם אינגערמאן. אזוי נאריש צו מאכן א פשטעל, כדי צו צוקומען צו אן ענדע מאכט מען אזא פאני קשיא פארוואס באשעפער וויל דער מאגן זאל ברענען זונטאג. די קשיא איז אים נישט שווער געווען פאר די מעשה... איר כאפט? אזא קארני ארטיקל וואלט נישט אדורכגעלאזט געווארן דורכ'ן צייטונג אדער איד

נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 8:14 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:זעהט אויס דו קויפסט נישט דעם בלאט... איך האב די זעלבע זאך געפרעגט פון דעם בלאט שרייבער... איך האב זיך געראולט!

או.קעי. די מעשה איז א ביסל פאני און נאריש. אבער די עיקר פון די מעשה איז דאך אז א יונגערמאן איז צוביסן געווארן פון א כלב. ואין פוצה פה ומצפצף. די פאליציי וואלטן געדארפט האלטן די ארבייטערס אדער בעלי בתים פון דעים שאפ פאראנטווארטליך (אפילו קרימינאל) זיי האבן געלאזט דעם הונט הפקר. איך האף דער יונגערמאן וועט נעמען א גוטן לאיער און ר'וועט זיי אויסזעקלען כמו שכתוב... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :twisted: :evil: :twisted: :evil: :twisted: :evil: :shock: