בלאט 1 פון 1
ביאלאגיע וואס דארף הסבר
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 8:56 pm
דורך זוכער
איך האב עטליכע אומפארשטענדליכקייטן אין ביאלאגיע, און וויפיל איך האב פרובירט האב איך נישט מצליח געווען צופארשטיין פארוואס גאט האט דאס באשאפן אינעם מענטש - נישט אז זיי שאדן, אבער קיין צוועק זעה איך נישט בעיני הפעוטים.
1) פארוואס פעלט אויס פאר מענער צו האבן בריסטן? (מענער גיבן נישט קיין מילך, און שיין איז עס אויך נישט ספעציעל).
2) וואס טוט די אפענדיקס אינעם מענטש?
3) וואס איז די אויפטוה פון א קראמף. וואס דינט עס?
4) וואס טוט אויף די "וויסדאם" ציינער? (עס מאכט טיילמאל מער פראבלעמען, און גאר קיין נוצן.
5) וואס טוט דאס שליקערצן אויף. (היק-אפס)?
איך האב נאך אין די פענע. דאס איז א אנהייב.
דיסקלעימער: איך גלויב אז אלעס האט אן ענטפער, דערווייל איז די מעדיצינישע וועלט נישט באוואוסטזיניג צו לייזן די פראגעס. מעגליך אז אין קורצן וועלן זיי עס קענען באשיידן.
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 9:39 pm
דורך קליגער אינגערמאן
ווען די לייגסט עס ווען אין "א שמייכל" האב איך תריצים אויפן פלאץ.
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 10:03 pm
דורך יין שרף
זוכער האט געשריבן:איך האב עטליכע אומפארשטענדליכקייטן אין ביאלאגיע, און וויפיל איך האב פרובירט האב איך נישט מצליח געווען צופארשטיין פארוואס גאט האט דאס באשאפן אינעם מענטש - נישט אז זיי שאדן, אבער קיין צוועק זעה איך נישט בעיני הפעוטים.
1) פארוואס פעלט אויס פאר מענער צו האבן בריסטן? (מענער גיבן נישט קיין מילך, און שיין איז עס אויך נישט ספעציעל).
פארוואס ווייס איך נישט נאר די מציאות איז אז מענער פאנגען זיך אן אלס פימעיל!
ווי ווייטאגליך עס הערט זיך פאר אונז..... די מענטשליכע 'פעטעל' (עיבור) איז ארגיניעל א פימעיל!
אונז אלע פאנגען זיך אן פון געוויסע צעלן, וואס ווערט מיט די צייט חלקים און פארשידענע אברים פון די גוף האנושי.
בערך פינעף וואכן פונעם עת העיבור ווערט די פעטאס א 'נערוו' וואס ווערט צום סוף די עצם השדרה.
ביי בערך זעקס וואכן פאנגט זיך אן צו פארמירן די הענט און פוס, אויגן און פנים (און לאמיר נישט רעדן פון די וויידל, וואס ערשיינט פאר א וויילע....)
ערשט זעקס וואכן שפעטער, פאנגט די עיבור אן צו באקומען די ביאולאדזשיקעל חילוקים פון די זשענדער.
אויב די עיבור האט א געוויסע דזשין מיטן נאמען {Y chromosome} דאן וועט די (testosterone) א געוויסע הערמאן פון מענער עס דעוועלאפן אינעם צוקנופט אלס די אבר המילה.
פימעילס האבן נישט די(testosterone), ממילא וועט עס בלייבן אזוי ווי עס איז און עס ווערט א רחם.
ממילא קומט אויז אז די בריסטן פון די מאן איז געווארן נאך פאר ער איז געווארן א מאן!
אויספארשער זאגען אז געוויסע פרויערישע חלקים וואס די פעטאס דעוועלאפט נאך פארן ווער א דזשענדער, וואס וואלטן געשאדט פאר א מאן'ס הארמאנען, ווערן פארשווינדען איינס די פעטאס דעוועלאפט א דזשענדער. משא"כ בריסטן און ניפפעל"ס שאדט נישט פאר א מאן צו האבן ממילא ווערט עס נישט פארמעקט.
יעצט פארשטייסטו פארוואס געוויסע מענער רעדן אזוי סאך????
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 10:22 pm
דורך יידל
זוכער, כ'בין נישט זיכער צו דו ביסט א טראלל (דאס הייסט, דו ווייסט באמת די תירוצים אויף די שאלות וואס דו פרעגסט, נאר דו מאכסט דיך נאר תמ'וואטע) אדער דו מיינס עס ערנסט. אזוי צו אזוי, רוב, אויב נישט אלע, פון דיינע שאלות זענען באקאנטע שאלות וועלכע אנטראפאלאגן און ביאלאגען פרעגן שוין יארן, און האבן אויך ענטפערס דערצו. איך וויל נאר וויסן איין זאך: פון וואו נעמסטו דאס וואס דו זאגסט אז "דערווייל איז די מעדיצינישע וועלט נישט באוואוסטזיניג צו לייזן די פראגעס"?
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 10:41 pm
דורך יין שרף
זוכער האט געשריבן:
2) וואס טוט די אפענדיקס אינעם מענטש?
בערך פינעף-זעקס יאר צוריק איז געווען א מושב רופאים אין Duke University Medical Center צו שטודירן די אפענדיקס, און די מסקנה איז געווען אז עס איז יא דא א נוצן פון די אפענדיקס.
די אויספארשונג האט געוויזן אז די אפענדיקס (וואס איז סטאנציאנירט ביים עק פון די קליינע קישקע, ווי עס באהעפט זיך מיט די גרויסע קישקע) פראדעצירט און האלט אין זיך געוויסע גוטע "דזשערמס" וואס העלפט צו די פארדייאונג סיסטעם, אין פאל פון נויט.
די גאנצע לענג פון די פארדייאונג סיסטעם (digestive track) איז פיהל מיט די גוטע באקטעריעס, וואס העלפן צו די פארדייאונג פון די עסן.
אבער אין געוויסע פעלער וועלו די גוטע באקטעריע שטארבן, צו פון food poisoning, צו פון געוויסע דיזיסעס.
דאן קומט די ראלע פונעם אפענדיקס אריין אין שפיל, און וויבאלד זי האט אסאך פון די גוטע באקטעריע גע'סטארעדז'ד און זיך, שיקט זי ארויס אלע איר גוטע באקטעריע אריין אין די digestive track, און אזוי קען זי ווייטער ארבייטן אומגעשטערט.
די דאקטוירים וואס האלטן אזוי, צייכענען צו אז זייט מענטשען שניידן זיך ארויס די אפענדיקס, איז דא אסאך מער שלעכטע באקטעריע אין די סיסטעם, וואס איז גורם צו געוויסע מחלות און digestive problems.
זוכער האט געשריבן:
5) וואס טוט דאס שליקערצן אויף. (היק-אפס)?
פון ווי וועסטו וויסן אויב איינער רעדט וועגן דיר...?
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 10:44 pm
דורך הערשי
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Vestigialityמהיכי תתי אז יעדער געבוי האט א פונקציע, אדער אז יעדער תכלית דארף אידיאליסטיש אויסגעפירט ווערן דורך די געבוי דאס מערסטע געאייגנט דערפאר?
דאס אז דער שכל האנושי דיקטירט אזוי איז נישט מחייב די שכל יוצר האדם.
די אמאליגע האבן פילאזיפירט אז היות עולם העשיה איז די תכלית הבריאה, מוז די ערד זיין אין צענטער פונעם יקום, און אלע צבא שמים ארום איר צו באדינען. פארוואס? ווייל מלכותא דרקיע כמלכותא דארעא, און אזוי איז די דרך העולם. שטעלט זיך ארויס אבער אז דער בורא עולם האט געהאט אנדערע פלענער, און אונזער וועלט איז פיזיש נישט אין צענטער.
ס'איז א לאגישער אבן נגף צו האלטן אז עפעס וואס די מענטשהייט האט נישט באשאפן מוז קלאפן לויט די כללים פון מענטשליכע פארשטאנד.
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 10:58 pm
דורך פישלע העררינג
.
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 11:06 pm
דורך יין שרף
פישל'ע העררינג האט געשריבן:נ.ב. איז מעגליך פאר א מאן, וואס טראגט די די ען עי פון ברוסטען-קענסער, צו באקומען דארטן די מחלה, אדער איז עס נאר ביי פרויען?
יא! א מאן קען עס אויך דעוועלאפען!
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 11:15 pm
דורך געפילטע פיש
פישל'ע העררינג האט געשריבן:די גמרא דערציילט אז פאר איינעם וואס זיין פרוי איז געשטארבן איבערלאזענדיג א יתום'ל, האט זיך פאר איהם געעפענט די בריסטן און ער האט געקענט זייגן דאס קינד מיט זיין אייגן מילך! די גמרא רופט עס אהן "נשתנה עליו סדרי בראשית", אבער פארט זענען איהם די בריסטן צוניץ געקומען.
הייסט אז ס'קען נאר געשען א נס אז מילך זאל ארויסקומען פון אן עקזעסטירענדער ברוסט, אבער די באשעפער איז נישט ביכולת צו מאכן א נס אנדעם וואס די ברוסט וואלט דארט געווען הע?
נשלח: מאנטאג מאי 12, 2014 11:27 pm
דורך מאטי
אויב אזוי איז דאך די פרויען ברוסטן אויך איבעריג .. איבעריג האב איך געזאגט ??? ברעכטס מיר נישט אן די ביינער..... וואלט אן אנדערע אבר געקענט זיין פונקט אזוי אראטיש.
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 12:01 am
דורך קליגער אינגערמאן
אויף דעם זאגט דאך שוין די גמרא פארוואס די ברוסטן זענען ווי זיי זענען.
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 12:06 am
דורך ידען
פארוואס איז די אשכול אין העמק דבר?
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 12:39 am
דורך נאך א פשט
און פארוואס די האסט נעגל וואס וואקסט פארשטייסטו יא?
וואס איז מיט די תנוך האוזן? ווי די רעבע האט געטאטשט "די לעפל פון די אויער" וואס טוט דאס?
וואס איז מיט די פינגער פון די פוס? חוץ פאנגעס וואס טוט דאס?
און וואס עפעס בייאלידשי? וואס איז מיט אסטראנעמי?
פארוואס איז דא די אלע מיליאנען געלעקסיס וואס מען קען קוים זעהן מיט א טעלעסקופ?
וואס פאר א נוצן האבן מיר פון JUPITER?
מיר ווייסען מער נישט ווי יא סא איטס עי נאן סטארטער
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 12:43 pm
דורך זוכער
יין שרף האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:איך האב עטליכע אומפארשטענדליכקייטן אין ביאלאגיע, און וויפיל איך האב פרובירט האב איך נישט מצליח געווען צופארשטיין פארוואס גאט האט דאס באשאפן אינעם מענטש - נישט אז זיי שאדן, אבער קיין צוועק זעה איך נישט בעיני הפעוטים.
1) פארוואס פעלט אויס פאר מענער צו האבן בריסטן? (מענער גיבן נישט קיין מילך, און שיין איז עס אויך נישט ספעציעל).
פארוואס ווייס איך נישט נאר די מציאות איז אז מענער פאנגען זיך אן אלס פימעיל!
ווי ווייטאגליך עס הערט זיך פאר אונז..... די מענטשליכע 'פעטעל' (עיבור) איז ארגיניעל א פימעיל!
אונז אלע פאנגען זיך אן פון געוויסע צעלן, וואס ווערט מיט די צייט חלקים און פארשידענע אברים פון די גוף האנושי.
בערך פינעף וואכן פונעם עת העיבור ווערט די פעטאס א 'נערוו' וואס ווערט צום סוף די עצם השדרה.
ביי בערך זעקס וואכן פאנגט זיך אן צו פארמירן די הענט און פוס, אויגן און פנים (און לאמיר נישט רעדן פון די וויידל, וואס ערשיינט פאר א וויילע....)
ערשט זעקס וואכן שפעטער, פאנגט די עיבור אן צו באקומען די ביאולאדזשיקעל חילוקים פון די זשענדער.
אויב די עיבור האט א געוויסע דזשין מיטן נאמען {Y chromosome} דאן וועט די (testosterone) א געוויסע הערמאן פון מענער עס דעוועלאפן אינעם צוקנופט אלס די אבר המילה.
פימעילס האבן נישט די(testosterone), ממילא וועט עס בלייבן אזוי ווי עס איז און עס ווערט א רחם.
ממילא קומט אויז אז די בריסטן פון די מאן איז געווארן נאך פאר ער איז געווארן א מאן!
אויספארשער זאגען אז געוויסע פרויערישע חלקים וואס די פעטאס דעוועלאפט נאך פארן ווער א דזשענדער, וואס וואלטן געשאדט פאר א מאן'ס הארמאנען, ווערן פארשווינדען איינס די פעטאס דעוועלאפט א דזשענדער. משא"כ בריסטן און ניפפעל"ס שאדט נישט פאר א מאן צו האבן ממילא ווערט עס נישט פארמעקט.
דאס זענען אלעס טעאריעס וועלכע האבן אסאך קשיות אויף זיך. ווי דאס אז די X און Y ספרעמען צייגט שוין דעם דזשענדער, און געוויסע פירמעס קענען שוין היינט אויסקלויבן דעם דזשענדער פאר באצאלט.
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 12:47 pm
דורך זוכער
נאך א פשט האט געשריבן:און פארוואס די האסט נעגל וואס וואקסט פארשטייסטו יא?
וואס איז מיט די תנוך האוזן? ווי די רעבע האט געטאטשט "די לעפל פון די אויער" וואס טוט דאס?
וואס איז מיט די פינגער פון די פוס? חוץ פאנגעס וואס טוט דאס?
און וואס עפעס בייאלידשי? וואס איז מיט אסטראנעמי?
פארוואס איז דא די אלע מיליאנען געלעקסיס וואס מען קען קוים זעהן מיט א טעלעסקופ?
וואס פאר א נוצן האבן מיר פון JUPITER?
מיר ווייסען מער נישט ווי יא סא איטס עי נאן סטארטער
נומערא אנא, דא רעדט מען פון ביאלאגיע, נישט פון קאסמאלאגיע.
פינגער פון די פיס זענען אלס סימעטריקעל, ממילא איז עס שיין. ברוסטן איז נישט שיין ביי א מאן. וויסדאם ציין האט נישט קיין ספעציעלן תועלת וויפיל מיר זעהן מיט די אויגן.
נעגל איז א ביי-פראדוקט אז דער מענטש גיט ארויס כעמיקאלישע-פסולת'ן אין פארם פון האר און נעגל, ממילא דינט עס א וויכטיגן צוועק.
איך זעה אז מאנכע ווערן אנטצינדן אז מפרעגט צי וואס געוויסע טיילן זענען נויטיג. אדרבה לאמיר פרובירן צו דערגיין דעם אורזאך דערפון, און נאך מער פארשטיין מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית.
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 1:58 pm
דורך smartinof
די קעפל דארפסטו טוישען, ביאלאגיע וואס איך וויס נישט די הסבר