בלאט 1 פון 1
קידני דרייוו
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 5:01 pm
דורך שמואלי
טייערע אידין רחמנים בני רחמנים עס מוז דרינגענד געשאפען ווערען א דאנער צו מנדב זיין א ניר פאר א אידישע מאמע פין וויליאסבורג. בלוט טייפ 0 וואס צוליב די קאפלעצירטע פאל איז זייער זעלטען צו געפינען א פאסיגע נדבן. אפשר זענט איר גאר דער איינציגסטער פאסיגער שליח. עס ליגט אין אייערע מעגליכקייט צו ראטעווען א אידיש נפש כל המקיים נפש אחת מישראל כאולי קיים עולם מלא לייגט עס נישט עס אפ רופט היינט אריין צו רינועל 9831 431 718 עקס 311 קעיס נומער 757ר
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 5:13 pm
דורך בר דעת
ווי ווייס איך מיין בלוט טייפ? צו וויסן אויב איך קען זיין ראוי?
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 5:18 pm
דורך שמואלי
בר דעת האט געשריבן:ווי ווייס איך מיין בלוט טייפ? צו וויסן אויב איך קען זיין ראוי?
איעדע בלוט טעסט מדארף נאר בעטן דעם דאקטער
נשלח: דינסטאג מאי 13, 2014 5:36 pm
דורך בר דעת
געוואלדיג, איך וועל טשעקן און רופן רינועל
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 1:44 am
דורך קליגער אינגערמאן
דאס הייסט א [tag]בר דעת[/tag].
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 2:09 pm
דורך smartinof
דאס געבן א ניר האט א הלכ'ישער דעקונג?, דער געפיל פאר איז גרעסער פון גרויס, איך קען זיצען און טראכטען טיפער און טיפער פון דער רגשות'דיגער שטאנדפונקט, און איך ווער צומאל אזאנס איבערגענומען אז עס גיסען זיך פון מיר די טרערן נישט פון רחמנות, נאר פון התפעלות וואס דער מענטש איז אלס ביכולת צוטוהן, מיין פראגע איז נאר וואס זאגט דער הלכה דערצו, וואס איז מיט'ן זיך מחבל זיין? זיך אריינלייגען און א סכנה? לאבין אויף איינס פון זיינע אוינטערוויאס, געט א מורמעל בהבלעה אז עס איז נישט קיין פראבלעם אן אנדייטען א סיבה פארוואס, טרעפט מען ערגעץ און חז"ל אזא מושג וואו חסד בגוף? איך מיין ח"ו נישט אפצוקילען נאר דורכטון בדיבוק חברים, איך האב נאך פראגען אויף דעם ממבט תורני, נתחיל בזה
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 2:43 pm
דורך שמואלי
סאיז דא א תשובה להלכה פין הרב שטערנבוך חתן הרב טויבער מבאבאוו איבער דע גרויסע חשיבות
גם שמעתי מנדבן אחד ששאל כק אדמור מפשווארסק אם יש חשש להלכה ואמר אדרבה זה הצדקה הכי גדולה שיוכלים לקיים
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 2:48 pm
דורך smartinof
איך בעט דיך, פאר אזאנע אינפארמעשין האב איך שוין געקענט בלייבען ביי לאבינ'ס געמורמאל'עראציע...
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 3:09 pm
דורך שמואלי
smartinof האט געשריבן:איך בעט דיך, פאר אזאנע אינפארמעשין האב איך שוין געקענט בלייבען ביי לאבינ'ס געמורמאל'עראציע...
איך ווייס נישט וואס די ווילסט הרב שטערנבוך תשובה איז צי געפינען בל"נ וועל איך עס ברענגען
אין אוצר החכמה איז דא א ספר כליות יועצת וואס רעד אויך איבער חשיבות המצוה בהלכה איך האף אז יעצט ביסטו ציפרידען אין ווארטסט נישט איך זאל מעתיק זיין די גאנצע ספר
נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 3:14 pm
דורך smartinof
אויב גייסטו מיר ברענגען שטערנבוך'ס תשובה, זע איך אז די ווייסט יא וואס איך וויל.. סתם פלעפעלן איז נישט אינטערעסאנט..
יא און מיר וועלן דן זיין צו די וואס ווערט געברעגנט און די מראי מקומות ,איז ריכטיג אדער נישט, להבהיר הדברים על בוריין, ואולי נאכדעם זיך שטעלן אונטערן מעסער...
נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:21 pm
דורך יעלה ויבא
וואס איז מיט לא תעמוד על דם רעיך
נשלח: פרייטאג מאי 16, 2014 10:07 am
דורך גאלד
אלס לא תעמוד וואלט מען געדארפט ניתוח זיין מתים און דאנעטן זייערע ארגענס,
די רעגירונג פרעגט אלעמאל רשות צו מ'ערלויבט מ'זאל ניצן די אברים לאחר מותו, דאכצעך אויף די מאטאר וויהעקל אפליקאציע פרעגן זיי עס,
נאר דארט פארשטייסטו אז מ'טאר נישט ווייל די הלכה לאזט נישט צוליב ניוול המת, טראץ לא תעמוד, די זעלביגע לענינינו,
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 8:04 pm
דורך שמואלי
smartinof האט געשריבן:אויב גייסטו מיר ברענגען שטערנבוך'ס תשובה, זע איך אז די ווייסט יא וואס איך וויל.. סתם פלעפעלן איז נישט אינטערעסאנט..
יא און מיר וועלן דן זיין צו די וואס ווערט געברעגנט און די מראי מקומות ,איז ריכטיג אדער נישט, להבהיר הדברים על בוריין, ואולי נאכדעם זיך שטעלן אונטערן מעסער...
איך האב די תשובה אויף א PDF
אין איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויף צי לייגן געב מיר דיין אימעל וועל איך דיר עס שיקן
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 9:38 pm
דורך פישלע העררינג
/
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 11:24 am
דורך smartinof
שמואלי האט געשריבן:smartinof האט געשריבן:אויב גייסטו מיר ברענגען שטערנבוך'ס תשובה, זע איך אז די ווייסט יא וואס איך וויל.. סתם פלעפעלן איז נישט אינטערעסאנט..
יא און מיר וועלן דן זיין צו די וואס ווערט געברעגנט און די מראי מקומות ,איז ריכטיג אדער נישט, להבהיר הדברים על בוריין, ואולי נאכדעם זיך שטעלן אונטערן מעסער...
איך האב די תשובה אויף א PDF
אין איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויף צי לייגן געב מיר דיין אימעל וועל איך דיר עס שיקן
איך זע נישט וואס עס אזוי שווער, דריק דעם רעאגיר קנעפל, און אונטען וועסטו זען אן אפציע 'צולייגען א פייל'
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 2:41 pm
דורך שמואלי
נאדיר
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:08 pm
דורך שמואלי
ב' נשא
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:08 pm
דורך שמואלי
המשך
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:09 pm
דורך שמואלי
המשך
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:10 pm
דורך שמואלי
המשך
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 12:11 pm
דורך שמואלי
היום
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 1:39 pm
דורך דער שכן
שמואלי האט געשריבן:המשך
מ׳קען עכט נישט לייענען די נישט קלארע רעקלאמע.
א כהן מעג זיך גיין לאזן מאכן צו ווערן א בעל-מום ביים זיך לאזן ארויסשניידן א ניר?