בלאט 1 פון 1

וויאזוי צו פארמיידן א ביס פון א הינט

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 2:46 pm
דורך town1
נאך די לעצטע אינצידענט ווי א היימישער אינגערמאן איז געווארן געביסן פון א הינט אין עס וואלט זיך געקענט ענדיגן פאטאל ח"ו אויב הצלה קומט ווען אן אפאר מינוט שפעט, אין אויך אזויווי דער עולם פארט יעצט ארויס אין די זומער וואכן, אין מען קען זיך אמאל באגעגענען מיט א הונט וואלט כדאי געווען מיטצוטיילן אפאר עצות וויאזוי צו פארמיידן א ביס פון א הונט, קודם לאמיר אנהייבן מיט

די סטאטיסטיק

לויט א באריכט פון די סענטער פאר דייעזיז קאנטראל ווערט א יעדע יאר פיר אין א האלב מיליאן אמעריקאנער געביסן פון א הונט, האלב דערפון זענען קינדער איינס אין פינף פון מענטשן וואס ווערן געביסן דארפן אנקומען צו ערענסטע מעדעצינישע בהאנדלונג,

די הינט

א יעדע הינט קען בייסן די הינט וואס בייסן געווענדליך זענען די פיטבאל הינט דאס זענען די גאר גרויסע ברייט ביינערדיגע הינט,

עצות

ווען א הינט בילט וויל ער ווייזן אז ער איז באלעבאס אויף די טאראטאריע אין ער בילט כדי זאלסט אוועקגיין, לויף קיינמאל נישט אוועק פון אים, אדער שריי, ווייז אים נישט דיין פנים אדער דיין ציין ווייל דאס ווערט א פון אים אויסגעטייטשט ווי די קומסט זיך שלאגן מיט אים, נאר זיי רואיג קיק נישט אויף אים האלט דיין הענט צאמגעלייגט, אין אויב לויפט ער צו דיר בייג דיך אראף אויף דער ערד אין לייג דיין הענט אינטער דיין קאפ, כדי אז אויב בייסט ער דיר זאל נישט דיין האלץ, פנים, אין בויך ווערן געשעדיגט, אויב בייסט ער, רוף הצלה אין די פאליציי