בלאט 1 פון 3

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 8:24 pm
דורך שמעקעדיג
שאק און שוידער!

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 9:12 pm
דורך פארוואס?
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב איז דאס א טאקטיק פון אפאר בעלי בתים אלס קאונטער אטאקע אויפן נייעם וועד האישור המשתלטים על הציבור, איז דאס אן אייזערנע געדאנק.

אויב עס איז אזוי, דעמאלס האלטן מיר ערגעץ. אבער דער ביטערער מציאות שלאגט אונז אין פנים, אז ביזדערווייל גייען מיר אלע כצאן לטבח.

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:55 am
דורך מאטי
פון וואו איז ער אזוי זיכער אז ס'קומט פון טעעג, אפשר האט אים א בחור געזען דערמיט? קען מען דען גענצליך באהאלטן א סמארט פאון אין ישיבה?
אויך זיין טענה "בעסער האבן אומגעפילטערטע אינטערנעט ווי איידער זיין אויפן גאס" איז בכלל נישט צום זאך גערעדט! ווייל ווער הייסט אים דען בכלל האבן א טעלעפאון?

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 1:00 am
דורך יין שרף
מאטי האט געשריבן:פון וואו איז ער אזוי זיכער אז ס'קומט פון טעעג, אפשר האט אים א בחור געזען דערמיט? קען מען דען גענצליך באהאלטן א סמארט פאון אין ישיבה?


איך האב געלייקענט שטיין און ביין אבער ער האט געוויסט מיין נאמבער, גרופעס, וואטסעפפ נעמען וכו`

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:50 am
דורך טיטאניק
יין שרף האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:פון וואו איז ער אזוי זיכער אז ס'קומט פון טעעג, אפשר האט אים א בחור געזען דערמיט? קען מען דען גענצליך באהאלטן א סמארט פאון אין ישיבה?


איך האב געלייקענט שטיין און ביין אבער ער האט געוויסט מיין נאמבער, גרופעס, וואטסעפפ נעמען וכו`

קלאר מאכען אפאר פוינטס טאמער די מעשה איז אמת
א. א בחור מיט א אייפאן און גרופעס און וואטסעפפ געהערט נישט אין קיין ישיבה, אפילו נאכען ווערען א בעל תשובה, מכח כמה סיבות איינס פאר די עצם עוולה, דאס איז נישט "אביסעל אויפגעקלערט" א בחור פון 16 17 יאר וואס האט א אייפאן און איז מקושר צי אלעם איז א געגליטשטער שוין וד"ל. צוויי, אפילו ער איז יעצט א בעל תשובה פארט זיין מהלך המחשבה אנדערש אינגאנצען פון א רעגולער תמימותדיגער בחור און איך וואלט נישט געוואלט אז מיין בחור זאל לערנען בחברותא מיט א בחור וואס איז שוין "אויפגעקלערט און מקושר צי אלעס" (בדר"כ אזא בחור האט שוין געזען און געהערט אלעס וואס איך וויל נישט אז מיין זין זאל וויסען פאר זיין חתונה און איך רעד פון מאחורי ענינים אויפען אייידעלע אופן, און עס קען זיין אסאך ערגער פון דעם). דריי, ווייל איינמאל ער איז געווען ציגעבינדען צי דעם וועט ער איין שיינעם טאג ווארפען די פילטערט אייפאן אין גארבישט און קויפען א נייע וואס איז נישט פילטערט (וויפיל פון אייך האבען געהאט א פילטער און עס שוין אראפ גענימען 20 מאל??)
ב. טאקע זייער שיין פון דער בחור אז ער ווערט א בעל תשובה אבער ער איז א פערד גדול, וואס גייסטי ציריק געבען א פאון מיט אלע אינפא דערויף? מעק עס אויס פאר די געבסט עס אריין, און ביסט טאקע א בעל תשובה אבער א בעל תשובה באלאנגט נישט אין א געהעריגע ישיבה, זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער דאס איז די מציאות
ג. טעג זענען טאקע רשעים, זיי זענען נישט די מחנכים פון די דור, זיי זענען א ביזנעס און א ביזנעס איז מחויב צי האלטען בסוד אלעס פון זייערע קליענטען
ד. איך פארשטיי דער ראש ישיבה זייער גיט אבער ער האט געמעגט עס מאכען מיט מער חכמה, זאל ער בעסער טרעפען א צווייטע תירוץ
ה. די יוסף ווייס, טיט דיר וויי וועגען דיין טאטע'ס נאסע קישען? האסט געדארפט טראכטען איידער די האסט געקויפט אזא פאון, שנית דער ראש ישיבה וואלט מילא געוואר געווארען איין טאג, זיצען אויף גרופעס איז א פראגע פון צייט ביז ווען די קימסט ארויס, און עס טיט טאקע וויי אז דיין טאטע וויינט אבער בעסער אז איין טאטע זאל וויינען ווי נאך 40 טאטעס זאלען וויינען
ו. איך וואלט דיר געראטען יוסף, גיי זיך דיר א נארמאלער דזשאב און האב א שיעור אינדערפרי און ביינאכט, און זיי א אמתדיגע ערליכער איד, אפילו ביים ארבעט, אבער דיין פלאץ איז נישט אין א ישיבה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:18 am
דורך קאווע טרינקער
וואס האט וואטצעפפ מיט מאחורי?

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:31 am
דורך ברסלבער
טיטאניק האט געשריבן:קלאר מאכען אפאר פוינטס טאמער די מעשה איז אמת
א. א בחור מיט א אייפאן און גרופעס און וואטסעפפ געהערט נישט אין קיין ישיבה

קוקט אויס אז דו האסט זיך שוין לאנג נישט געדרייט אין ישיבות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:57 am
דורך Telegram
ער ברענגט ארויס איין זאך, בחור לעבן דו האסט א פאון אן א פילטער? אויב דו ווילסט בלייבן אין ישיבה לייג נישט קיין פילטער! ווייל איך האב געלייגט און לכבוד דעם בין איך געפלויגן פון ישיבה!

און דאס איז א גרויסע פראבלעם, ווייל אין ישיבה דרייען זיך פאון'ס, און דיין בחור וועט זיך עניוועי דרייען מיט די חברה אין איין כיתה, און טאמער א בחור וואס לייגט א פילטער פליט, און א בחור אן א פילטער פליט נישט (ווייל מען ווייסט נישט דערפון) גייט קיין איין בחור נישט לייגן קיין פילטער און דיינע און מיינע קינדער גיין זיך דרייען מיט אזעלכע חברה... (לאמיר נישט רעדן באט זיי קענען פינקט אזוי האבן א פאון...)

איך זאג נישט אז מיט א פילטער איז יא גוט, אבער מען דארף ניצן די פיפטע שלחון ערך.. און אז איינער וואס לייגט פילטער'ס גייט מסר'ן אזא בחור מיינט ער גארנישט קיין יודישקייט דערמיט

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 10:21 am
דורך הקטן
[tag]טיטאניק[/tag]
איך הער וואס דו זאגסט אז בחור מיט א פאן באלאנגט נישט אין א ישיבה
דו שאלה איז וואס יא? וואס איז כלל ישראל'ס סעלאשען? זיי אלע ווארפען אויפען גאס?

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 10:26 am
דורך שרייבער
די מרביצי תורה דארפן אריינלייגן אזויפיל אהבת התורה ויר"ש אז גארנישט זאל נישט אוועקנעמען דעם בחור פון דרך הישר

ס'איז זייער גרינג צו פסקנ'ען, אבער איך וויל וויסן [tag]טיטאניק[/tag], דו האסט שוין א בחור אין ישיבה? איך וועל רעדן צו דיר דעמאלטס, דו האסט נישט קיין אנונג די מצב, איך וויל אויך נישט מיין בחור זאל לערנען מיט א בחור וואס האט א טעלעפאן, און פונקט אזוי וואלט איך נישט געוואלט אז די אינטערנעט זאל האבן טריפה'נע סייטס, אלעס זאל זיין בתכלית הכשרות, איך מעג וועלן ביז איבערמארגן, דאס איז דער מצב הדור כהיום, און מען דארף דיעלן מיט דעם

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 10:46 am
דורך דער שכן
וואס איז דאס ׳טעי״ג׳ ??

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:16 am
דורך טיטאניק
פאר אלע וואס זענען מחולק דא מיט מיר, וועל איך שרייבען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
זאלט עטץ מיר פארשטיין זייער קלאר, ווארפען א בחור פון ישיבה אדער נישט אנעמען א בחור אין ישיבה ווייל ער איז נישט דער גאון אדער דער גרעסטער בעל דרך ארץ, דאס איז רשעות שאין כדוגמתה
איך האב דאס מיט געלעבט אויף מיינע ביינער איך האב צוויי בחורי'מעלך אין שטיב, דער עלטערער איז געווען אלע יארען "דער" מצוין אין קלאס אין חדר, און ווען עס איז געקימען עם אריינצילייגען אין א ישיבה איז עס ממש געגאנגען געשמירט, שמו הלך לפניו און יעדער האט געזאגט עלי יניח צדיק את ראשו
אבער די אמת האט מיר געפאטשט אין פנים ביים צווייטען זין, א בחור ווי מען זאגט א "בינוני" כאטש אז איך האלט אז דער צווייטער וועט מער מצליח זיין אין לעבען, פשוט מער א בעלבתישער קאפ, און לאז זיך נישט טרעטען, אבער אין קלאס איז ער קיינמאל נישט געווען דער מתמיד אדער דער איידעלסטער שעפעלע, ער איז נישט קיין טראבעל מעיקער אבער ער איז נישט קיין בטלן, און ווען איך האב עם געוואלט שיקען לערנען אין די ישיבה ווי מיין בכור לערנט האט מען מיט מיר געשפילט געימס, פון דארט בין איך געלאפען פון איין ישיבה צים צווייטען און הערשט דעמאלס האב איך זיך אויסגעלערנט וואס עס גייט פאר אויף די וועלט, ווי ראשי ישיבות שעכטען בחורים ווייל ער זיכט נאר מצויניים, די אלע וואס זענען בינוני און אראפ זאלען מצד די ראשי ישיבות ווערען גויים גמורים ממש השם ישמרנו
איך בין זייער גערעגט אויף די ראשי ישיבות, דעמאלס ווען איך האב געמיינט אז איך גיי אראפ פון זינען מיטען טרעפען א מקום תורה פאר מיין צווייטער זין האב איך זיך אביסעל אריינגעלייגט דערין און קמו שערות ראש וואס די ראשי ישיבות טיען מיט די טאטעס און זייערע בחורים, א פחד ממש
מען ווארפט זיך מיט נשמות יקרות נאר ציליב זייער הארטע מחילה (קענען נישט איינזיצען) און דאס גלייכן, זאכען וואס מען קען פארקיקען, עס איז א שרעק ווי גרינג די ראשי ישיבות ווארפען בחורים
אבער פארט האלט איך אז א בחור וואס האט נישט קיין געפילטערטע סעלפאן און איז ביזי מיט אלע וואטסעפ גרופעס אזא איינער איז שוין א דבר אחר, דאס איז שוין א צווייטע מעשה, אזא איינער באלאנגט טאקע נישט אין א נארמאלער ישיבה, והדבר פשוט הוא
מה דאך אז א יונגערמאן וואס איז חתונה געהאט ער איז שוין באזעסען מער ווייניגער דארף א פילטער, א בחור? לא כל שכן? ער איז נאך אינטער די 18 ער טראכט נישט קיין רגע וואס די נעקסטע מיניט גייט עם ברענגען, עם גייט גארנישט אן נאר אייך זאך עקשאן און פאן, אזא איינער איז זייער מסוכן פאר אנדערע תמימותדיגער בחורים, און גלייבט מיר אז אפילו מיין צווייטער בחור חלומט נישט פון די זאכען און איך וואלט נישט געוואלט אז ער זאל דאס "קונה" זיין אין ישיבה
נישט אימזיסט איז די נושא פארמאכט פאר קינדער אפילו ביי גויים, עס האט א פשוטע הסבר
איי ווי זאל דער בחור בעל האייפאן גיין? ווי זאל ער לערנען? עס זענען דא אסאך תשובות דערויף, אבער פינקט ווי די פארשטייסט אז ווען א קינד אין חדר זאל זיך ארים דרייען און דערציילען זיינע חברים וואס די טאטע מאמע טיען אין בעט וואלסטי געווארען ווילד די זעלבע דא, א רחמנות טאקע יענע קינד אבער מקומו אינו כאן, נעבעך טאקע אבער דאס איז די מציאות, מען קען עם מסדר זיין א צווייטע מסגרת אבער זיין אין איין מסגרת מיט איידעלע ריינע בחורים דאס איז א חורבן

אבער די חלק וואס טעי"ג האט געטין
אדער דאס וואס דער ראש ישיבה האט געטין דאס איז א טענה בפני עצמה, און עס קימט זיי גיטע שלעק

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 3:34 pm
דורך הקטן
טיטאניק האט געשריבן:איי ווי זאל דער בחור בעל האייפאן גיין? ווי זאל ער לערנען? עס זענען דא אסאך תשובות דערויף

עס זענען דא אסאך תשובות דערויף??

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 3:46 pm
דורך טיטאניק
הקטן האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:איי ווי זאל דער בחור בעל האייפאן גיין? ווי זאל ער לערנען? עס זענען דא אסאך תשובות דערויף

עס זענען דא אסאך תשובות דערויף??

ווילט טאקע?
דער עולם איז מכובד צי העלפען מיט עיצות

- ער קען גיין ארבעטען פון 10 ביז 6 יעדען טאג+ האבן א שיעור ציפרי און ביינאכט, וועט ער אוועק לייגען אפאר דאלער צי זיין חתונה און זיין א איד אויך
- זענען דא ישיבות כמו פראגער ישיבה וואס טיען דערינען
ועוד ועוד

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:00 pm
דורך חיימקה
פראגער ישיבה איז פאר א בחור מיט א גיטען קאפ וואס וויל לערנען אבער ער האט געהאט א סמארטפאן ווען ער איז געווען 16?
איז דער גאס דו תירוץ פין וואס דו רעדסט?
ועוד?
ועוד??

איך זאג נישט אז אזא בחור דארף יא זיין אין ישיבה אבער דו נושא האט נאך לעת עתה נישט קיין לייזאונג..

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:19 pm
דורך outspoken
טיטאניק האט געשריבן:קלאר מאכען אפאר פוינטס טאמער די מעשה איז אמת
א. א בחור מיט א אייפאן און גרופעס און וואטסעפפ געהערט נישט אין קיין ישיבה


:געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק:

דן דיני נפשות, מיט א פענע אויף ק''ש. געוואלד!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:29 pm
דורך טיטאניק
עם כל הכבוד וואס איך האב פאר דיר,
אבער דו וואלסט געוואלט אז דיין זון זאל זיצען אין איין חדר אדער אין איין ישיבה מיט א בחור ""א בעל תשובה"" וואס ווייסט צו זאגען פון כל שמוץ שבעולם? די וואלסט איינגעשטעלט דיין זונ'ס נפש? ווער זאגט אז עס איז נישט קיין דיני נפשות ווען דער בעל תשובה בחור בלייבט אין ישיבה? ווער נעמט אחריות אז דער וועט נישט אינטערברענגען נאך נפשות?

פארוואס איז אייביג דער ארויסגעווארפענער דער וואס איז גערעכט? אמת אין געוויסע פעלער יא, אבער נישט אייביג
פינקט ווי נישט יעדער חבדסקער איז א משיחיסט און יעדער ברסלעווער א נ נח די זעלבער איז נישט יעדער ארויסגעווארפענער אזוי תמימותדיג גערעכט,
א בחור וואס האט געקויפט א אייפאן געניצט א אייפאן געהאט גרופעס האט זיך אליינס בידים ארויס געווארפען פון ישיבה, ער איז א גדול און ער איז רעספאנסיבעל אויף זיינע מעשים, ער האט גיט געוויסט אז אין די רגע וואס ער האט דאס אין טאש האט ער זיך אליינס אריינגעלייגט אין א ספק פון פליען פון ישיבה, דאס איז א פושע מיט אלע הידורים, עס קימט עם נישט קיין רחמנות בליקען פאר דעם
אמת אז מיר האבען א אחריות אלץ כל ישראל ערבים עם צי האלטען ביי אידישקייט און מען מיז מסדר זיין גיטע מסגרות פאר די סארט בעלי תשובה אבער דאס איז קלאר אז דאס קען נישט זיין אויף די חשבון און אויף די ריסק פון תמימותדיגער איידעלע קינדער שלא טעמו טעם חטא
דער בחור איז א מזיד און א מזיד דארף וויסען אז יש דין ויש דיין
איך רעד דא נישט פון א בחור וואס זיין מאמע האט עם געבארגט איר פאון פאר אפאר מינוט, דער מדובר איז פון א בחור וואס גייט במזיד קויפען א כלי וואס ער ווייסט אז ער טאר דאס נישט האבען און נישט מטעם הישיבה נאר מטעם גאט, און מטעם זיין אייגענע עתיד
ווען בית המקדש היה קים אויב א 17 יעריגער בחור האט במזיד מחלל שבת געווען אד"ג האט מען נישט רחמנות געהאט נאר מען האט עם געהארגעט
זיין טאטע האט געמעגט וויינען ביז מארגען, ער איז א מזיד? זאל ער נישט וויינען

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:34 pm
דורך טיטאניק
זאלסט מיר נישט שלעכט פארשטיין
איך בין זייער ברוגז אויף די סיסטעם, יא מיר האבען יאמען פון קאראפציע
אסאך ראשי ישיבות קען מען נישט מצרף זיין צי מנין
אבער איין זאך געדענק
דער יצר הרע איז נישט נאר א גאסט ביי שיינע אידען, נישט נאר שיינע אידען קענען זיין פושעים!
אסאך בחורים און יונגעלייט זענען טאקע לידיער משוחתים שלא באשמתם און עס קימט זיי נישט קיין שלעק
אבער עס זענען דא געניג און נאך וואס האבען נישט קיין איין תירוץ פאר זייער שייגעץ שטיק, סתם פושעים וואס דארפען גיטע שלעק
נישט יעדער אפגעפארנע בחור איז א רחמנות און נישט יעדער גרוש איז אימשילדיג יעדער זאך דארף עקסטער דן זיין מיט ניכטערע אויגען
נישט דן זיין בכלליות נאר בפרטיות

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:52 pm
דורך outspoken
דער טיטאניק איז נאר איינמאל געווען א דורכפאל
no more again

please האב רחמנות אויף כלל ישראל. אפילו די גויאישע געזעץ פארשטייט אז אויב מ'באקומט קרימינאלע אינפארמעשען אויף נישט קיין ליגאלע אויפן ווארפט דאס די געריכט ארויס.

להלכה קען זיין אז מ'קען דא דן זיין ווי טבילה לאשה פנויה זונה(עיין בGOOGLE עי''ש) אבל יש כאן כמה חלוקים להקל ולהחמיר ואכמ''ל .

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:06 pm
דורך יואב
טיטאניק האט געשריבן:איך האב דאס מיט געלעבט אויף מיינע ביינער איך האב צוויי בחורי'מעלך אין שטיב, דער עלטערער איז געווען אלע יארען "דער" מצוין אין קלאס אין חדר, און ווען עס איז געקימען עם אריינצילייגען אין א ישיבה איז עס ממש געגאנגען געשמירט, שמו הלך לפניו און יעדער האט געזאגט עלי יניח צדיק את ראשו


אוי וויי! און דו האסט א פראבלעם מיט בעלי תשובות?

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 6:30 pm
דורך יואב
דער עולם איז אביסל אומקלאר.
גיין אין ישיבה איז ווייניגער בחירה ווי ובחרת בחיים. דער בחור איז אריין אין ישיבה, פשוט ווייל ער איז ביי זיינע סעטינגס פראגראמירט, סיי פיזיש און סיי עמאצינאל, אויף דיפאלט.

ער שמאכט נישט צווישן די שובבים ווענט, מרצונו הטוב.

אזא מרפסין איגרא קשיא פון: ״ווער האט אים געהייסן האבן א סעלפאון״, איז בערך אזוי ווי פרעגן ווער האט דיך געהייסן האבן עירקאנדישען.

יוסף ווייס איז א היראו. ער וואלט לאו דווקא געכאפט געווארן דורך זיין מנהל, און ער האט געהאט מיטגעפיל מיט זיינע עלטערן, און איז געגאנגן אין ישיבה טרינקן קאפי, אנשטאט סקרעפן פלאארס.

ער האט אוועק געליינט זיינע באקוועמלעכקייטן, און מיט מסירת נפש געגאנגן מאכן א נחת רוח פאר דעם אייבערשטן. זיינע חברים האבן אויך סמארט פאוינס, און דערווייל זענען זיי נישט געפלויגן פון ישיבה.

איך וויל אפילו נישט אדרעסירן דאס טיפשות פונעם מנהל, און רשעות פונעם מסור.

און צו אייך הרב טיטאניק, נישט נאר זאלסטו זיך איינרעדן אז דיין זון דרייט זיך נישט מיט בחורים וואס האבן א סמארט פאון, נאר זיי שטארק חושש אז בנך החשוב דרייט זיך אויך מיט אזאנס. ער האט אפשר געקלערט צו ווערן א בעל תשובה, אבער געלויבט די חשובע מוסרים און הנהלה, וועט ער דאס פשוט טיפער אריינשטעקן אונטערן מאטראץ.

און אויב איבערצייגסטו זיך אז אכן נודע הדבר, דאן פליז, גיי זיך אום מיט שכל, אדער גיי זיך בכלל נישט אום.

יוסף ווייס דו ביזט א היראו, כמוך ירבו בישראל!

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:05 pm
דורך כתר מלכות
איך ווייס נישט ווער יוסף ווייס איז, און צו די מעשה איז בכלל אמת, אבער על צד וואס דאס איז אמת איז דער בחור א גרויסע פערד פארן פארשפרייטען זיין מעשה ברבים. ער דארף נאך אמאל חתונה האבען, אביסעל שכל פליז!

לגוף הענין, צו א בחור וואס האט א סמארט פאון (אפילו א כשר'ע) צו לאנגט ער אין ישיבה צו נישט, דער תירץ איז זייער פשוט אז ניין! אבער, א גרויסע אבער, דאס איז נאר ווילאנג ער האט די פאון, איינמאל ער גיבט דאס אויף איז זיין פלאץ צירוק אין ישיבה.

וביודעי קאמינא, איך האב מיטגעהאלטן א מעשה מיט א בחור וואס איז געפלויגען פון ישיבה פארן האבן א סמארט פאון, ער האט זיך געדרייט אינדרויסען פאר א וואך ביז ער האט געשווארען אז ער גייט מער נישט באזיצן א פאון, און מען האט אים צירוק גענומען.

איך גלייב אז דער ווייס, אויב עס איז בכלל אמת, איז שוין לאנג צירוק אין מסגרת הישיבה, אויב האט ער צוגעזאגט אפצולאזן דעם פאון.

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:09 pm
דורך ברסלבער
יואב האט געשריבן:אבער געלויבט די חשובע מוסרים און הנהלה, וועט ער דאס פשוט טיפער אריינשטעקן אונטערן מאטראץ.

געוואלדיגע ווערטער!

איינער האט אמאל געזאגט אז אויב די רעגירונג וועט זיך איין טאג נעמען (היל"ת) אויף די ביינער פון די געגנטער וואו עס איז דא גרויס קארופציע ביים נעמען שטאטישע פראגראמען, ברויכן זיי נישט לייגן דעם עולם אין טורמע, זיי קענען פשוט בויען א צוים ארום די גאנצע שטאט.
אויב בחורים וואס האבן סמארט פאונס באלאנגען נישט אין ישיבה, ברויך מען זיי נישט ארויסווארפן, מען קען פשוט צושפארן אלע ישיבות, און שוין.

איך ווייס נישט פונקטליך די נומערן, אבער עס איז קלאר אז גאר גאר א גרויסע פראצענט בחורים אין ישיבה האבן סמארט פאונס. ווען די הנהלות וואלטן געהאט אביסל מער שכל וואלטן זיי געפעיסט די פאקט, און געזעהן כאטש אז די פאונס זאלן זיין געפילטערט, אדער עס זאל געלימיטעט אויף א געוויסע וועג.
למעשה, אנשטאט דעם, גראבט מען זיך אריין דעם קאפ אין זאמד, מען רעדט זיך איין אז קיין איין בחור האט נישט קיין פאון, און אך-און-וויי וועט זיין וועם מען וועט כאפן מיט א פאון. און ווי יואב זאגט, טוט דאס אזויפיל אויף, אז די בחורים זאלן עס בעסער באהאלטן.
די מעשה מיט דעם יוסף ווייס, צי ס'איז אמת אדער נישט, געבט א שטארקע ציפ. שוין צייט אויפצושטיין, גענוג געשלאפן.