בלאט 1 פון 1

טשיקאוועס געהערט אין יוגענד

נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:02 pm
דורך מנשה לוסטיג
אריינפיר:
איך וויל דא מיט'טיילן מיינע זכרונות, פון קליינע טשיקאווע געשיכטעלעך, וואס כ'האב געהערט אין די גאר יונגע יארן, און דאן געלאכט, און כ'לאך נאך היינט..

%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%%

געווען איז ר' דניאל - דער שטעטל קלעריק, האט ארומגעאקערט אין שטעטל און נאכגעזוכט וואס מ'קען אלץ פאר'רעכטן דא דארט.
מרת שרה - א אונגארישע מאמע אין שטעטל, האט בימים ההם געהאט דעם רעדל אין האנט, און געטריבן איר אוטא מיט גרויס ווייבערישקייט.
איינמאל, מרת שרי האט נישט באמערקט ר' דניאל קומען צו פארן, און האט אריינגעקראכט אין זיין קאר.
זי רופט אויס מיט באדויער! אוי, איי עמ סאורי..
אקעי, זאגט ער: איי עם דאניעל...

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 7:31 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער בעקער אין שטעטל - פראנק, פלעגט ברענגען זיינע הייסע ברויט פארטאגס צום חדר, און דער גוי איז געזעצן דערויף שיילן ירקות, אז ביי פרישטיג איז עס געווען שוין צוריק קאלטע טייג..
זאגט דער פראנק, איך געב עס פאר די חדר פאר האלב פרייז, ווייל מ'וועט דאך מיר ממילא מוטשענען כ'זאל מוחל זיין די חוב.. אזוי דערלייג איך נאר האלב!

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 7:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'האט איינער געקומען מיט טענות צו פראנקס בעקעריי, אז אין די ראזשינקע חלה האט ער געטראפן א מאריטשקע.
זאגט פראנק, ווען דו וועסט צוריק ברענגען די מאריטשקע וועל איך דיר געבן א ראזשינקע וואס פעלט..

נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 9:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען מ'האט געוויזן פאר מיין רבי אין חדר אז די ברויט ביי לאנטש איז פארשימילט און גרין, פלעגט ער זאגן נעם ארויס די גרינע.

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 5:02 pm
דורך חכם עתיק
איינס ביי איינס גוט..

ציילט מיר איינער, אז אין מירון האט אן אמעריקאנער געפרעגט אן ארצישראלדיגער, וויפיל אזייגער איז? ענטפערט ער "אין לי מושג".

די אמעריקאנער גייט צום נעקסטן, אבער דא ווייזט ער שוין בקיאות אין עברית, און פרעגט איר האט אפשר א מושג?..

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 7:02 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער משגיח אין ישיבה פרעגט א בחור, פארוואס ביסטו געקומען שפעט.
זאגט דער בחור, כ'בין אויפגעשטאנען שפעט.
זאגט דער משגיח, ס'נישט קיין תירוץ.

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 7:08 pm
דורך כוכב
נאך איז א מיאוס ווארט.

דער לעצטער כאפט א שמיץ.