ואם החרש תחרישי....
נשלח: דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:13 pm
דער וואך איז פארגעקומען א היסטארישע אסיפה (בעיר מונסי) ווי דער פה מפיק מרגליות מרת לאה ווינסענט (פלימעניק פון ר׳ אביגדור מיללער ז״ל און פון די ראשי קהילות Footsteps) אין נאך עטליכע געוועזענע-ארטדאדאקסישע היימישע פרויען אין יוגעלייט האבען זיך צאםגעזעצט מיט אנדערע ערליכע רבנים אין עסקנים (כמו ר׳ אווי סאפראן פון Ami magazine און מראשי אגודת ישראל) ביי איין טיש דורך צישמיעסן דברים העומדים על הפרק בעולם היהדות בארה״ב.
איך מיין אזדאס איז א געבאלדיגע דורכברוך און אזא dialogue קען צוברענגען צו א בעסערע פארשטענדליכקייט.
הגם מרעדט דא וועגן רעדן מיט מענטשען וואס האבען אינגאנצען איבערגעלאסט אידישקייט, דאך זענען סיי אונזער אייגענע קינדער, ברידער אדער שוועסטער. איך האלט אז עס איז כדי אויסצוהערן, ווייל זייער ווייטאג איז פראדאקט פון אונזער חינוך סיסטעם. והמשכיל יבין.
איך האף אז אזא dialogue וועט ברענגען מענטשען נענטע איינער צום צווייטען. איך בין זיכער אז א חלק מענשען וועלען בילען אויף דעם געדאנק ווויבאלד ס'ליגט ביי זיי א שרעק (יראת שמים) אז אידישקייט פאלט באלד אינטער און די איינציגסטע וועגדאס צי ראטעווען איז צו שטיין ווייט פון די משכילים און בעלי תאווה.
פאר מער אימפארמאציע קוקט אין דעם לינקס:
http://finkorswim.com/2014/05/12/ground ... g-meeting/
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... about-sex/