בלאט 1 פון 1

יראת מלהביט - כי רב לה תעלומה - ואין קורא לה

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 9:13 pm
דורך פארוואס?
עס איז אריבער א ל״ג בעומר אויף כלל ישראל, איך האב מיר נישט געקענט געהעריג קאנעקטן מיטן יו״ט, מיט אלע שס״ה גידים ורמ״ח איברים. אבער איין זאך, עס האט מיר געברענגט אסאך מחשבות, מיינע געדאנקען האבן אנגעפאנגען צו פליסן.
איך זעה מענטשן טאנצן און שפרינגען, וויינען און זינגען, בר יוחאי! און איך כאפ נאכנישט פונקטליך וואס דא גייט פאר, אונזער אידישע היסטאריע איז פול מיט העלדן, מיר האבן שלשה אבות, מיר פארמאגן ארבע אמהות, מיר ווייסן פון שנים עשר שבטיא, מיר קענען זיבן אושפיזין, מיר האבן א מסורה פון יהושע לזקנים וזקנים לאנשכנה״ג און אזוי ווייטער. און קיין איינער פון זיי אלע האט נישט באקומען א ספעציעלע טאג וואס מען זאל זיין פארנומען נאר מיט זייער פערזענליכקייט, און געבן אזעלכע פאנטאסטישע קאמפלאמענטן, ווי: ״נעשה אדם נאמר בעבורך״. וואס פארשטייען מיר? ~ אין לנו עסק בנסתרות
יידן זענען היינט פארנומען צו לערנען און זאגן זוהר הקדוש, מיטן גרעסטן קאך און ברען, עס ווערן פארגאסן טרערן, עס רינט שווייס, מ׳לערנט די אידרות באימה ברתת ובזיע. און איך בין נאך פארנומען צו פארשן מיט א קאלטקייט איבער די קראנטע מסורה פונעם זוהר, צו עס קומט טאקע פון רבי שמעון בר יוחאי, אדער אפשר די אלע קאמפלאמענטן דארפן ווערן אריבער געפיהרט צו די ריכטיגע מחברים. נו, אזוי זעהט מען אויס ווען מ׳איז מפקפק אין א זאך וואס איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל ~ אין מגלים אלא לצנועים
אידישע קינדער לאזן זיך קאסטן טויזנטער דאלארן, מ׳קומט פון אלע עקן וועלט, צו מיט האלטן די הילולא דרשב״י, וואס יעדער איינער זאגט איבער מיט די גרעסטע מאס התרגשות, און איך שטיי אין די זייט, און פראביר פארשטיין און איך בין חוקר וואס איז עס הילולא דרשב״י? לשמחה מה זו עושה? איך פיהל זיך ווי אן אבל בין החתנים ~ מי יעמוד בסוד קדושים
איך בין אבער פארט א איד, איך גיי מיט מיטן שטראם, איך פאר צום ציון הקדוש, איך קום אן צום הר מירון, אידן שרייען אויס אנקומענדיג: מי יעלה בהר השם !! אלע סיינס שרייען ציטאטן פון זוהר-הקדוש. מאן האדון פני השם דא רשב״י. כשם שהקב״ה לכל אף רשב״י לכל. (בית אהרן). און איך שטיי אין די זייט און וואונדער זיך פארוואס הייסט עס נישט קיין שיתוף חס ושלום, עס איז דאך איינס פון די פינעף זאכן וואס דער רמב״ם רעכנט פאר אן אפיקורס. ~ רזא דלא איתגליא
שוין… איך האב איינגעזעהן אז עס איז נישט קיין תכלית צו ארום חקרנ׳ען ווי אן אונטער-חכם, אויב וויל איך בלייבן צווישן מיין ארום וועל איך מוזן מיטגיין מיטן שטראם. 
עס איז געקומען צו איין שטיקל, אינעם זמר פון בר-יוחאי, וואס דארטן האב איך געטראפן א שפה משותפת מיטן עולם. איך האב געזונגען: יראת מלהביט, כי רב לה תעלומה. איך ציטער צו קוקן און פארשן די גרויסע תעלומה, פראבירן אראפנעמען די פארנעפלטע מיסטעריע וואס נעמט ארום דעם גאנצן יום טוב - ואין קורא לה - קיינער פיהלט נישט פאר וויכטיג צו אדרעסירן אט די אלע מיספארשטענדענישן. כנודע ליודעי ח״ן, והבן, כי עת לקצר, והוא רחום יכפר וכו׳. 
איך האב מיר אויסגעמישט מיט די מאסן, און הנאה געהאט צו קוקן ווי די ספרד׳ישע אידן זענען זיכער אז רשב״י איז זייערס א נכס (דער זוהר איז זיכער זייערס…), און אז ל״ג בעומר איז עפעס א ספרד׳ישע חוגא וואס די חסידישע אשכנזים האבן עס פארכאפט מיט מאכט. זיי טענה׳ן מי יתן ימים מקדם ווען עס איז נאך ניטאמאל געווען קיין מחיצות אינעם חצר המערה, ווען אידן זענען געקומען מיטן פולסטן תמימות צו זינגען און טאנצן, אהן קיין ארגעניזאציעס מיט וויכטיג-מאכער, קיין איין אדמו״ר האט זיך דארטן נישט געטראפן דאס פלאץ. 
ווידער דער אמעריקאנער איד וואס קומט צום ערשטן מאל פון ירושלים של אמעריקא קיין מירון, ער איז זיכער אז עס דרייען זיך דארטן 300,000 פלאכע ביבער-הוטן, און צו זיין אנטוישונג באגעגנט ער נישט קיין איין היימישע צורה, אז ווען ער קומט אן צום חב״ד סענטער פיהלט ער זיך שוין היימיש.
#ל״ג_בעומר_תשע״ד

נשלח: זונטאג מאי 18, 2014 10:59 pm
דורך מה יעשה הבן
אויף עברית /לשה"ק איז דא א סעינג:
כגודל הציפיות כך גודל האכזבות.
והמבין יבין

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 2:54 pm
דורך פארוואס?
אוי וויי, הייליגער רשב"י, הייליגער רשב"י- נפשי חולת אהבתך.

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 6:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גדולה הסרת הטבעת.....................

זעקס יאר שפעטער, מיט א קאראנוויירוס, און עס איז שוין נפשי חולת אהבתך.....................

האסט אלסדינג שוין פארענטפערט? אדער ביסטו געוואויר געווארן אז דו דארפסט נישט קיין תירוץ?

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 7:10 pm
דורך פארוואס?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גדולה הסרת הטבעת.....................

זעקס יאר שפעטער, מיט א קאראנוויירוס, און עס איז שוין נפשי חולת אהבתך.....................

האסט אלסדינג שוין פארענטפערט? אדער ביסטו געוואויר געווארן אז דו דארפסט נישט קיין תירוץ?


על כל פשעים תכסה אהבה