בלאט 1 פון 1
הילף מיט מייקראסאפט ווארד
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 5:31 pm
דורך שכלדיג
איך דארף הילף מיט מייקראסאפט ווארד, ווען טייפ לשון קודש און איך וויל אריין לייגן א ווארט אויף ענגליש לויפט די ענגליש צו אנהייב שורה, סיי ווען איך מאך קעפס לאק, און סיי ווען איך טויש צו ענגליש, קען מיר איינער העלפן צו קענען אריינלייגן א ענגליש דארט ווי איך האלט?
נשלח: מאנטאג מאי 19, 2014 6:02 pm
דורך שמעקעדיג
ביטע זיי זיך מסביר בעסער,
קודם, וועלכע יאר אפיס האסטו? און וואס פרובירסטו צו טאן?
אפשר א סקרינשאט קען העלפן מסביר זיין דעם פראבלעם.
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 9:54 am
דורך שכלדיג
איך האב MICROSOFT OFFICE 2010 און אין WORD ווען איך טייפ HEBREW און טויש אינמיטן אויף ענגלישע ווערטער (אזוי ווי איך שרייב יעצט) שפרינגן די ענגלישע FONTS צו אנהייב שורה, נישט דארט ווי איך טייפ עס, און דאס איז דווקא ביי WORD, דא ארבייט עס יא גיט.
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 9:59 am
דורך ברסלבער
דאס איז אויך ווען דו שרייבסט דערנאך ווייטער אידיש אין די זעלבע שורה?
האסט פרובירט צו מאכן די רעכטע ctrl+shift?
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 10:30 am
דורך שכלדיג
ווען איך שרייב ווייטער אידיש גייט די אידיש ווייטער נאך אידיש אבער די ענגליש בלייבט ביי אנהייב שורה.
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 10:36 am
דורך ברסלבער
ברסלבער האט געשריבן:האסט פרובירט צו מאכן די רעכטע ctrl+shift?
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 10:40 am
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי טוישטו פון אידיש צו ענגליש?
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 10:46 am
דורך שכלדיג
דאס פאסירט סיי וען איך טויש בכלל פון HE צו ENG און סיי אויב איך דריק CAPS LOCK,
ביטע זיי מסביר וואס איך זאל טין מיט CTR. SHIFT
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 10:48 am
דורך ברסלבער
שטעל אן אויבן ביי די סעטינגס כזה:
99.JPG
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 10:51 am
דורך פישלע העררינג
ברסלבער האט געשריבן:שטעל אן אויבן ביי די סעטינגס כזה:
99.JPG
קודם זאל ער מאכן קאנטראל A אזוי אז עס איז אטאמאטיש גילטיג אויף דער גאנצע דאקומענט.
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 11:00 am
דורך שכלדיג
יישר כוחכם, ברעסלעווער האט ארויס געהאלפן,
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 4:31 pm
דורך חכם עתיק
צו דריקן ALT און דערנאך שיפט דארף אויך זיין א גוטע מהלך צו סוויטשען פון יודיש צו ענגליש און וייס ווערסא
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:23 am
דורך פארוואס?
[tag]שכלדיג[/tag], מאך זיכער אז עס איז אנגעשטעלט צוויי זאכן:
Right to left text direction
Align text right
אין דעם פיקטשער:
image.jpg
די בלויע און די רויטע.
מאכן נקודות
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 6:15 pm
דורך פארוואס?
איך זעה אז שכלדיג איז שוין געהאלפן געווארן.
מיין פראבלעם איז, איך קען נישט מאכן קיין נקודות.
דהיינו די נקודות גייען נאר נאכן אות און נישט אויפן אות.
ווער קען העלפן???
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 7:24 pm
דורך שמעקעדיג
דו נוצט 2013 ??
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:14 am
דורך קאווע טרינקער
פארוואס? האט געשריבן:איך זעה אז שכלדיג איז שוין געהאלפן געווארן.
מיין פראבלעם איז, איך קען נישט מאכן קיין נקודות.
דהיינו די נקודות גייען נאר נאכן אות און נישט אויפן אות.
ווער קען העלפן???
פראביר אן אנדערע פאנט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:10 am
דורך פארוואס?
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס? האט געשריבן:איך זעה אז שכלדיג איז שוין געהאלפן געווארן.
מיין פראבלעם איז, איך קען נישט מאכן קיין נקודות.
דהיינו די נקודות גייען נאר נאכן אות און נישט אויפן אות.
ווער קען העלפן???
פראביר אן אנדערע פאנט.
איך נוץ א פאנט ספעציעל פאר נקודות, ווייסטו פון עפעס א פאנט וואס ס׳ארבעט זיכער?
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:11 am
דורך פארוואס?
שמעקעדיג האט געשריבן:דו נוצט 2013 ??
איך נוץ 2010
נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:28 am
דורך ברסלבער
רוב פאנטס פארשטייען זיך נישט מיט נקודות.
האסט דעם פראבלעם אויך ביי די פשוטע דיפאלט פאנטס ווי למשל Calibri אדער Times New Roman ?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 5:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו ס'איז נאך נוגע אבער מ'קען מאכען נקודות אין סיי וועלכע פאנ"ט אין וואר"ד כפי מיטב ידיעתי.
מ'דרוקט די caps lock און דערנאך האלט אראפ די SHIFT קנעפל און די נומער'ן אויפ'ן קיבאר"ד ווערען פארוואנדעלט אין נקודות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 10:57 am
דורך געוואלדיג
קענען קען מען, אבער געוויסע פאנטס וועלן זיך נישט פארשטיין דערמיט, ווי למשל מען קען נישט מאכן סיי א דגוש און סיי א נקודה פון אונטער די אות, אדער מאכט מען א שי"ן שמאלית און די נקודה ווערט אינמיטן אנשטאט לינקס וכדו'.