שרגא האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דו רעדסט ערנסט, אבער צו אזוי עקסטרעם סטערעאטיפן האלב פון דער מענטשהייט (און איך מיין אפי' גראדע אביסל מער ווי האלב) איז אזא שטות אז איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן דיר דאס מסביר זיין. נאר וועגן דיין פונקט פון רשעות'דיגע ריכטערין (אויב מען זאל אננעמען דיין מסקנא אז זיי זענען טאקע געווען רשעות'דיג), ווילסטו טאקע א ליסטע פון אלע רשעות'דיגע מענער-ריכטער?
אגב, איך פערזענליך בין לעצטנס געקומען צו דער החלטה אז די פרוי איז דער מובחר האנושי און אויף א העכערע דרגא ווי דער מאן. גיי מאך אביסל ריסוירטש וועסטו פארשטיין פארוואס.
קודם, זר זהב, זיי מיר מוחל אבער כנהוג ברענג איך נישט קיין לינקס. (מיין שיטה איז אז אין די היינטיגע וועלט דארף מען קיינעם נישט פיטערן, יעדער האט גוגל און קען אפירזוכן וואס עס גלוסט, אויב וויל ער טאקע. ווידער אויב האט איינער נישט גענוג אינטערעסע, פארוואס דארף מען אים אריינשטופן אין מויל דעם לעפל און שטופן "קוק דא" און "קוק דארט".) .
אקעי, לענין, טעיתי אז כ'האב אנגעהויבן דעם שמועס אויף דעם טרעק, כ'האב באמת נישט דאס געמיינט. איך האב נישט ליב זיך אריינצולאזן אין די טעמעס; יעדער קען עס אויסקנעטן פאר זיך. כ'האב זיך אויך נישט אויסגעדרוקט די בעסטע מיט'ן זיין דערקלערן אלס די "מבחר האנושי", נאר ענדערש געמיינט צו ארויסברענגען אז זיי זענען פיל מער ווערט ווי מען געט זיי קרעדיט און יא, אפשר נאך מער ווי דעם מאן. און אז איינער האט דא געשריבן אזוי שארף קעגן זיי און זיי אזוי אוועקגעמאכט ווי עפעס ברואים נשפלים, האב איך זיך אנגענומען פאר זייער כבוד און געמיינט עקסטרעם ארויסצוברענגען ווי ראנג עס איז זיי אזוי אונטערצושאצן (ווי מען זעט אויך אין אנדערע מקומות אז מען דרוקט זיך אויס שארפער ווי געווענליך, ארויסצוברענגען ווי ערנסט די זאך איז).
פראפעסאר שפירא, איך מאך דיר לאכן? האט זיך שוין געלוינט. אבער ווער אויב נישט א פראפעסאר לאכט קיינמאל נישט פון יענעמ'ס ווערטער איידער ער פרובירט נאכקוקן און פארשטיין אויב עס איז יש דברים בגוי.
איך האב גערעדט פון די כאראקטער און נאטורן פון א פרוי אז זיי זענען בעסער, וואס לגבי דעם גלייב איך נישט אז עס ווערט געברענגט ערגעץ אז מען טאר נישט שרייבן קיין מעלות אויף פרויען. וואס איז דען א ראיה אז זיי זענען די עזר כנגדו? אפשר פארקערט, מען האט גענומען דעם אומגעלומפערטן מאן און אים "פארענדיגט" מיט די מער שלימות'דיגע עזר כנגדו. ווייטער די ברכה שלא עשני אשה האט לענ"ד גארנישט מיט גשמיות, נאר מען מאכט עס לכ' פשוט ווייל מיר האבן באקומען די אלע מצוות און זיי נישט (וואס מ'קען נאך אפשר אפי' נעמען אלס ראיה צו זייער שלימות און העכערע מדריגה אז עס פעלט זיי נישט אויס און זיי זענען גאנץ אויך אן דעם. נאכאמאל, דאס איז נאר געווען א בחינה בדרך אפשר לויט איין מאן דאמר, נישט קום יעצט מאכן קולות.)
יעצט נאכאמאל, לענין, פשוט גערעדט, דארף מען קודם נאכקוקן א פשוט'ע זאך: וויפיל מענער זענען אין טורמע און וויפיל פרויען?
אויב זענען מענער וואס קומען אן אהין אין די מאסן, און פרויען זענען א פיצעלע פראקציע דערפון, וואס ווייזט דאס אליין? ווער איז א נארמאלערער מער פערפעקטע בריאה (אין דעם הינזיכט, רעדט מען יעצט. נישט קום יעצט פרעגן צי די תורה וואס מיר לערנען איז נישט חשוב'ער. לייג די זאכן אליין אין קאנטעקסט, פליז.)
וויפיל מענער האבן שוין געמארדעט? יעצט דערקעגן וויפיל פרויען? וויפיל באצווינגער האסטו שוין געהערט פון פרויען, און געוואלד, וויפיל מענער? דאס אליין איז גענוג צו ענדיגן דעם שמועס. אויב מענער זענען די ווילדע חיות אויף דער וועלט וואס מארדן בעיקר אנדערע, וואס דאס איז די גרעסטע פארברעך פאר די מענטשהייט, שטייען זיי נישט אויף א העכערע מדריגה דערמיט?
ווער זענען די גרויסע שרעקעדיגע חיות? פון וועמען באשטייט די גרעסטע מערהייט פון נייעס איבער חברה וואס האבן ארויסגעשלעפט א מעסער אדער א גאן און דערשטאכן דעם חבר ווייל ער האט דיר עפעס געזאגט וואס איז דיר נישט פינקטליך געפאלן די אומריכטיגע זייט? ווען דו הערסט פון א באוואפנטע באנק רויבעריי, איז עס געווענליך א מאן אדער א פרוי? ווען דו הערסט פון רויבערייען אין בארא פארק, ווער זענען זיי, מענער אדער פרויען? גייסט אויפ'ן גאס און א פרוי קומט דיר אקעגן, זאל זיין א טונקעלע, וועסטו מורא האבן? ניין! ווען דו ביסט מיט א פרוי אין אן עלעוויטאר (שוין, געפילטע, הייב אן שרייען "נו, יחוד"), וועסטו ציטערן? ניין! ווידער פון א מאן גלייב איך איז שוין געווען ווען דו האסט געטראכט פאר א סעקונדע צי ער קען נישט זיין א פאטענציעלער געפאר. ווייל אינערליך ווייסן מיר דעם אמת אז געווענליך איז פון זיי נישטא וואס מורא צו האבן. זיי טשעפען געווענליך נישט קיין מענטשן.
ווער מיינסטו זענען בעסערע דרייווערס, מענער אדער פרויען? קוק זיך נאר ארום אויפ'ן ראוד. סארי, אבער ווען דו זעסט אריבערשמייסן איינעם ווי א ווילדן מטורף, וועסטו ווארשיינליך נישט ערווארטן צו זען א פרויען דרייווער. ריכטיג? (און דאכט זיך אויך שטודיעס האבן דאס באשטעטיגט).
ווער איז מער פאלגזאם בכלל מיט'ן אויספאלגן סיי וועלכע געזעצן? אדער טון ווי די רעגולאציעס פון א פלאץ פארלאנגטן? זענען מיר די וואס גלייכן אייביג צו זיין אן אויבער חכם אדער זיי? ווער מיינסטו טרינקט מער אלקאהאל, נעמט מער דראגס, מענער אדער פרויען?
ווער האט מער פון די מידה פון רחמנות?
ווער איז געווענליך דער אגרעסיווער בעל כעס, דער מאן אדער די פרוי?
ווער וועט ענדערש פארראטן זיין באליבטן?
ווער האט בכלל מער די מידה פון געטריישאפט?
הע, לאכסטו מסתמא, אבער קלוגשאפט? דו שווערסט זיך זיכער אז מיר מענער זענען קלוגער, רייט? דער מציאות איז אבער ווייט נישט אזוי. איך ווייס נישט צי זיי זענען קלוגער אדער די זעלבע (עס איז נאך א שטיקל מחלוקת הפוסקים און רוב האלטן אז מענער זענען נישט קליגער), אבער דאס איז זיכער אז מענער האבן איין זאך: א גראבן שווארצן איבערגעטריבענע גאוה. מיר האלטן זיך אייביג פאר די קלוגסטע, אפילו עס האט גארנישט מיט'ן מציאות. און די פרויען? פונקט פארקערט, צווישן זייערע איידעלע מידות איז ענוה. זיי וועלן זיך סעקאנד געסן אפילו זיי זענען גערעכט. טראכט אריין איין מינוט וועסטו כאפן אז דאס איז דער מציאות.
זייערע אינוועסטירונגען זענען טאקע פאר דעם פיל מער מיט שכל, זיי שאצן זיך נישט איבער און זענען מער קעירפול און דורכגעטראכט, און סטאטיסטיק ווייזט אז זיי דערלייגן ווייניגער אויפ'ן סטאק מארקעט ווי מענער (אפי' מענער קענען טאקע מער פארדינען, ווייל א גרעסערער געמבלער אויב געלונגט אים שוין יא, מאכט ער מער ווי דעם רואיגן מעסיגן געמבלער)
יא, מען באגייט נאך אסאך אומרעכטן קעגן זיי און מען באהאנדלט זיי נאך נישט אינגאנצן ווי אייניגע מיט אונז, ווי אין דער ארבעט ווי זיי מאכן ווייניגער אפילו אויף די זעלבע פאזיציע ווי א מאן און אנדערע עוולות. נאר לויט פון וואו זיי קומען, פון די גאר נידריגע שטאנד אין וועלכן מען האט זיי געלייגט במשך הדורות, זענען זיי גאר גאר שנעל געוואקסן און זיך ארויסגעהויבן אין עדיוקאציע און אין דער ארבעטס קראפט.
לסיום, עס איז מיר נישט גרינג אנגעקומען דאס צו אנערקענען. איך ווייס ב"ה גוט די מעלות פון אונז הויכגעשעצטע מענער. דער נאטירליכער עגא האט מיך אויך נישט גרינג געלאזט דאס זאגן און אנערקענען (וואס דער עגא איז אגב טאקע אויך א שרעקליכער קרענק פיל ערגער ביי מענער ווי פרויען; יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס איר קענט אזוי שווער זאגן איי'ם סארי [און זיי נישט]) אבער פארפאלן, איך מוז שלינגען דעם אמת ווי עס פירט מיך.
אוודאי קען מען אויך זאגן פארשידענע זאכן וואס זענען אויף די אנדערע זייט (ווי למשל פירערשאפט וואס די מענער זענען לכ' געווענליך בעסער), אבער עס איז דא גענוג מעלות, אפשר צופיל, וואס זענען מער גענויג צו זייער זייט. אלזא, מאכט זיי נישט אזוי אוועק, און געערטער פראפעסאר טייערע, לאך נישט אזוי.
אפשר איז אויך דא א סיבה פארוואס פון הימל שענקט מען זיי א היפש גרעסערן אריכות ימים ווי אונז מענער. איבער דער גאנצער וועלט איז דא דער מציאות אז פרויען לעבן לענגער ווי מענער. אין אמעריקע איז עס אין דורכשניט מיט ארום פיר יאר, אויב דענק איך גוט. און אין אנדערע לענדער איז דא וואו זיי לעבן איבער די מענער אין דורכשניט מיט מער ווי צען יאר!
שוין, פון מיין זייט איז דער שמועס געענדיגט דא. יעדער קען יעצט קומען אפפרעגן. איך גיי זיך בל"נ נישט טענה'ן. ווער עס וויל וויסן, קען נאכזוכן.