בלאט 1 פון 1

טוב מעט בכוונה

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 12:28 pm
דורך כוכב
מיר ווייסן וויפיל חז"ל האבן מדקדק געווען אויף טירחא דציבורא, אזוי ווייט אז שבת האט מען אפגעשניטן דעם שמונה עשרה נישט צו באלמוטשענען. און ידוע דברי הט"ז אז טוב מעט בכוונה האט גאר די זעלבע מעלה ווי הרבה בכוונה, וכל לבבות דורש את ה', ורחמנא ליבא בעי. וויל איך צוזאמנעמען מנהגים איבער אלע תפלות וואס מ'האט נישט געזאגט, אזוי אז דאווענען זאל בלייבן ווי נענטער צום עבודה שבלב זו תפלה.

אין גור זאגט מען נישט קיין יוצרות, און קיין קרבנות ביי אין כאלוקינו.

אין סאטמאר און סיגוט זאגט מען נישט קיין תחנון פרייטאג.

אין זידיטשוב זאגט מען נישט תחנון זונטאג ובימי הוד.

אין ראפשיץ זאגט מען נישט קיין תפלת הדרך, ווי אויך איז מען מקצר מיט קריאת שמע שעל המטה נישט צו מגרה זיין די חיצונים.

אין די ליטא זאגט מען נישט קיין קרבנות ביי מנחה און מדאווענט א תפלה קצרה.

דער גר"א האט נישט געלאזט זאגן די יום תהלים משום טירחא דציבורא.

אין זידיטשוב מאכט מען נישט קיין ברכות אויף דינערן און בליצן.

אין סאטמאר -- פארציילט מען -- אז דער רבי האט נישט געמאכט קיי ברכה אויפן אתרוג (ויש אומרים גם על תפילין).

אין כמה פלעצער זאגט מען נישט קיין המפיל וכן נהג הגרי"ז.

נו לייגט צן רבותי.

ובענין תורה איז אויך דא אן עבודה פון טוב מעט בכוונה.
רבי איציקל האט מען קיינמאל נישט געזען לערנען, דער דעטרויטער גבאי האט געזאגט אויפן דעטרויטער אז ער האט אים איינמאל געזען ראש השנה אריינקוקן אין א טור, אבער נישט מער, וכן המנהג אצל רוב אדמורי זמנינו שלימוד התורה וקיום התורה הוא באיתכסיא, עכ"פ בגלוי זיכער נישט...

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 1:45 pm
דורך דריידל
אין זידיטשוב זאגט מען נישט קיין תחנות גאנץ ספירה און דאכציך אויך יעדע פרייטאג און זינטאג. דעיס נישט זאגן תחנון ביי הוד, שטאמט פון צאנז לויט געוויסע מקורות. אנדערע זאגן אז די דברי חיים האט יא געזאגט.

מ'קען צולייגן, ס'איז וואס זאגן נישט לדוד ה' אורי חודש אלול (אויך צאנז?)
סאטמאר זאגט נישט קיין הלל ה' אייר
מונקאטש זאגט נישט יראו את ה' נאכ'ן בענטשן אויך זינגט מען נישט ביי דוכענען
באבוב זאגט נישט קיין אנעים זמירות נאר ווען די רב דאווענט פאר'ן עמוד
וויזניץ מאנסי זאגט נישט קיין תחנון גאנץ שבע ברכות פון די רבי'ס אייניקלעך (6-7 מאל א יאר)

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 1:51 pm
דורך לית דין בר נש
דריידל האט געשריבן:וויזניץ מאנסי זאגט נישט קיין תחנון גאנץ שבע ברכות פון די רבי'ס אייניקלעך (6-7 מאל א יאר)

די מיינסט צו זאגן 14-15 מאל א יאר

אין גור זאגט מען נישט קיין תפלה לדוד און בית יעקב קיינמאל, מען זאגט נאר די יום!

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 6:20 pm
דורך כוכב
דריידל איז מעכטיג.

לאמיר גיין ווייטער.

דער חתם סופר האט נישט געזינגען שלום עליכם ווייל מיר זאגן נישט התכבדי אין בית הכסא.

בריסקער רב האט געבענטשט נאר ביז אל יחסרנו .

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 7:09 pm
דורך קאווע טרינקער
כמה צדיקים האבן זיך נישט געוואשען לסעודה משבת לשבת...

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 7:18 pm
דורך כוכב
אין חב"ד עסט מען נישט שלש סעודות.

רוב צדיקים האבן זיך נישט געוואשן צו מלוה מלכה.

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 10:31 pm
דורך דריידל
כוכב האט געשריבן:


בריסקער רב האט געבענטשט נאר ביז אל יחסרנו .


איינער שרייבט מיר אין אישי אז אין זידיטשוב בענטשט מען שבת ויו"ט נאר ביז אל יחסרנו (+ הרחמן פון שבת). איך קלער, אויב איינער וויל מחמיר זיין זאל ער שוין מחמיר זיין אינגאנצן ווי בריסקער רב.

תיקון ליל שבועות - די חק יעקב שרייבט מ'זאל נישט זאגן די תיקון נאר לערנען גמרא, אנדערע שרייבן מ'זאל נישט לערנען תורה שבע"פ ויר"ש יוצא ידי שניהם, נישט תיקון און נישט גמרא.

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 10:59 pm
דורך כוכב
חזון איש האט געפירט דעם סדר נאר ביז נאך הלל.

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 11:25 pm
דורך שמעקעדיג
און איך? נאר ביז נאך נרצה. ביג דיעל!

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 11:25 pm
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:אין חב"ד עסט מען נישט שלש סעודות.

רוב צדיקים האבן זיך נישט געוואשן צו מלוה מלכה.

מקור?

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 11:27 pm
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:
סאטמאר זאגט נישט קיין הלל ה' אייר

:) ;) :P

נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 11:48 pm
דורך פישלע העררינג
די ליטוויקעס טאנצען נישט מצוה טאנץ.

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 12:12 am
דורך כוכב
שמעקעדיג האט געשריבן:און איך? נאר ביז נאך נרצה. ביג דיעל!


דער חזון איש האט אבער קיינמאל געזאגט הלל נאך חצות.