בלאט 1 פון 1
איז א חילוק ווי מען ליגט?!
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 1:31 pm
דורך סאשי פיש
אזוי ווי לעצנטענס גייט נישט דורך קיין טאג וואס מען זאל נישט רעדן וועגן נפטרים און מען רעד שטארק ארום וועלכע בית החים איז בעסער צו ליגען.
וויל איך אויסשמוסען די נקודה אויף א תורה'דיגע אופן, צו עס איז א חילוק אויב איך ליג אין מיין פריוואטע בעקיארט - אדער אין א בית החים ווי מאנרא - ניו זשערזי?
איז דא אן ענין צו ליגען לעבן א צדיק/רבי? אדער איז עס סתם א געפיל?
איין זאך זעט מען גראדע אין שולחן ערוך (יורה דעה סימן שסב), אז מען מעג נישט באגראבען א רשע לעבן א צדיק. זעט מען אז עס איז יא דא א נידון לעבן וועם ליגען.
איך רעד נישט וועגן ליגן אין ארץ ישראל ווייל עס שטייט שוין בפירוש אין שולחן ערוך אז מען מעג אפילו מפנה זיין א נפטר ארויפצוטראגען קיין ארץ ישראל ווייל דארט האט מען א כפרה אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וכפר אדמתו עמו.
איך זאג בדרך צחות אז אפשר לוינט זיך צו ליגן אין א גרעסערע בית החים ווייל עס גייט זיין גרינגער ביי גילגול מחילות ווייל עס גייט זיין אסאך גרעבער גייט מען קענען טוישען שיפטס און אנקומען שנעלער קיין ארץ ישראל.
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 2:33 pm
דורך [NAMELESS]
מ'זעהט דאך אז אמאל פלעגט מען לייגן נישט ערליכע אידן ביי די צוים פון בית החיים. זעהט אויס אז ס'איז יא א חילוק ווי מ'ליגט.
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 2:54 pm
דורך לית דין בר נש
דאס האט שוין סאשי געשריבן אז לעבן א נישט ערליכע (רשע בלע"ז) שטייט אין שולחן ערוך
די שאלה איז צו עס איז דא א מקור אז עס איז א חילוק צו מען ליגט לעבן די רשכבה"ג אדער לעבן די עליקטרישע"ן וואס האט געדאווענט דריי מאל א טאג און אויסגעזאגט די יום תהלים און נאך געהאט א שיעור קבוע פארטאגס תורתך שעשועי/ישראל ואורייתא?
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 2:58 pm
דורך יין שרף
ראשעקאל האט געשריבן:מ'זעהט דאך אז אמאל פלעגט מען לייגן נישט ערליכע אידן ביי די צוים פון בית החיים. זעהט אויס אז ס'איז יא א חילוק ווי מ'ליגט.
כ'האב מיר טאקע געוואונדערט די מנהג פון מאכן א אוהל ארום די רבי'ס...
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 4:05 pm
דורך גאלד
דאס איז מער א יקרא דחיי ווי א יקרא דמותא, (לשון חז"ל סנהדרין), די משפחה זענען די וואס בענעפיטירן פון דעם אז זייער קרוב ליגט במקום מכובד, פארן נפטר איז עס לגמרי קיין נפק"מ לפענ"ד
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 4:24 pm
דורך שמעקעדיג
די גמ' אין ברכות ברענגט אז די נפטרים אין קבר שמועסן צווישן זיך, ממילא ווילן זיי האבן גוטע קאמפעני...
איז א חילוק ווי מ'זיצט?
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 6:54 pm
דורך יואליש
איז א חילוק ווי אין ביהמ"ד מ'זיצט, אויבנאן אדער אונטערן אויבן? די גמרא פארציילט אז אין אלקסדריא מצרים איז מען געזיצן לויט די פאך, שניידערס נעבן שניידערס, שמידער נעבן שמידער, וכו' פילייכט אז מ'זאל האבן א געמיינזאמע שפראך בין גברא לגברא.
נשלח: דינסטאג מאי 20, 2014 7:00 pm
דורך יין שרף
יואליש האט געשריבן:איז א חילוק ווי אין ביהמ"ד מ'זיצט, אויבנאן אדער אונטערן אויבן? די גמרא פארציילט אז אין אלקסדריא מצרים איז מען געזיצן לויט די פאך, שניידערס נעבן שניידערס, שמידער נעבן שמידער, וכו' פילייכט אז מ'זאל האבן א געמיינזאמע שפראך בין גברא לגברא.
פילייכט זאגט רבי מאיר שפירא זצ"ל, אז מען האט עס אזוי אויסגעשטעלט, ווייל יעדער איז דאך צוקריגט מיטן קאמפעטיטשען, וועט אזוי זיין שטיל ביים דאווענען...
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 7:27 am
דורך איחוד פעלד
יין שרף האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:איז א חילוק ווי אין ביהמ"ד מ'זיצט, אויבנאן אדער אונטערן אויבן? די גמרא פארציילט אז אין אלקסדריא מצרים איז מען געזיצן לויט די פאך, שניידערס נעבן שניידערס, שמידער נעבן שמידער, וכו' פילייכט אז מ'זאל האבן א געמיינזאמע שפראך בין גברא לגברא.
פילייכט זאגט רבי מאיר שפירא זצ"ל, אז מען האט עס אזוי אויסגעשטעלט, ווייל יעדער איז דאך צוקריגט מיטן קאמפעטיטשען, וועט אזוי זיין שטיל ביים דאווענען...
אדער מען וועט זיך קריגען....
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 8:05 am
דורך כוכב
איך פארשטיי נישט די שאלה פון דעם פותח האשכול, עס איז פארהאן א גאנצע פרשה אין דער תורה ווי יעקב בעט זיך ביי זיין זון יוסף צו ליגן נעבן זיינע עלטערן צוליב פארשידענע טעמים.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:37 am
דורך לית דין בר נש
כוכב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה פון דעם פותח האשכול, עס איז פארהאן א גאנצע פרשה אין דער תורה ווי יעקב בעט זיך ביי זיין זון יוסף צו ליגן נעבן זיינע עלטערן צוליב פארשידענע טעמים.
ניין ושכבתי עם אבותי מיינט ליגן מיט די עלטערן נישט מיט צדיקים און יא ליגן לעבן עלטערן/זיידעס מיין איך ווערט יא גיברענגט קען טאקע זיין אז יעקב אבינו איז די מקור. וועל פראבירן נאכצוקוקן.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:02 am
דורך outspoken
אין ק''י איז לכאורה נישט דא קיין ענין
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:09 am
דורך צדיק נסתר
outspoken האט געשריבן:אין ק''י איז לכאורה נישט דא קיין ענין
ווי געפינט זיך די דאזיגע שטיקל דברי יואל? אין די תשובות?
ביטע אנצייכענען א קלארע מראה מקום.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:16 am
דורך outspoken
צדיק נסתר האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:אין ק''י איז לכאורה נישט דא קיין ענין
ווי געפינט זיך די דאזיגע שטיקל דברי יואל? אין די תשובות?
ביטע אנצייכענען א קלארע מראה מקום.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:27 am
דורך צדיק נסתר
א דאנק אייך
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 2:22 pm
דורך סאשי פיש
[tag]outspoken[/tag] זייער אינטערעסאנט.
כוכב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די שאלה פון דעם פותח האשכול, עס איז פארהאן א גאנצע פרשה אין דער תורה ווי יעקב בעט זיך ביי זיין זון יוסף צו ליגן נעבן זיינע עלטערן צוליב פארשידענע טעמים.
[tag]כוכב[/tag] דו שרייבסט נישט די
פארשידענע טעמים, רש"י ברענגט דריי טעמים 1) גילגול מחילות. 2) שלא יעשו עבודה זרה. 3) וועגן די כינים.
גארנישט וועגן ליגן דווקא לעבן עלטערן נאר בעיקר איז די געדאנק נישט צו ליגן אין מצרים