בלאט 1 פון 4
אסיפה "לך כנוס" קעגן אינטערנעט פאר פרויען
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:22 am
דורך [NAMELESS]
TAG האלט זיך ביזי
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:34 am
דורך וויליאמסבורגער
און ווער וועט אויפקלערן די וויליאמסבורגער פרויען אז להיות כל איש שורר בביתו איז מער נישט אמת?
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:44 am
דורך outspoken
האט שוין איינער באמערקט, יעדע דרשה ביי פרויען קאסט געלט, זאל מען איינמאל דאס טרייען ביי מענער וועט קיינער נישט זיין אין זאל נאר די בעלי דרשנים... איינער ווייסט אפשר ווי די געלט גייט?
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:53 am
דורך מצטמק ויפה
תקנות גדולות שנתקנו בהכינוס מיוחד לנשים
1) א פרוי האט נישט וואס צו האבן א קלוגע טעלעפאון, אפילו מיט א פילטער.
2) אפילו אויב זי האט א פשוטע טעלעפאון, זאל עס חלילה נישט זיין קיין שרייעדיגע קאלירן אזוי ווי; רויט, הייסע פינק, אא"וו.
3) די פרוי איז בעל הבית אין שטוב און אויף איר ליגט די פליכט צו האבן א ריינע הייליגע שטוב.
4) בשום אין אופן זיך פארלאזן אויפן מאן אז ער האט א פילטער, נאר אליין אריינרופען צום "טעג" אפיס זיכער מאכ'ן אז ער האט א גוטע שטארקע פילטער.
5) אויב איז די מאן נישט וויליג צו פאלגן וואס איר הייסט, זאל מען זיך גלייך פארבינדן מיט די רבנים הגאונים שליט"א, וואס וועלן זיך באגיין מיט יושב הדעת וויאזוי זיך אומצוגיין מיט איהם.
געדענקט! בזכות נשים צדקניות נגאלו.
רבותי איך מיין נישט חלילה חוזק צו מאכן פון די גאנצע זאך, אוודאי דארף מען זען אז טעכנעלאגיע זאל חלילה נישט אוועקרייסן שטיקר פון אונזער עם סגולה. אלעס האט אבער א וועג. און אנרייצן די פרויען קעגען אונז מענער איז זיכער נישט קיין וועג.
זאל די אייבישטער חונן דעת זיין פאר די אלע עוסקים בצרכי ציבור די ריכטיגע מהלך וויאזוי זיך צו באגיין, צו אזא ענין.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:55 am
דורך וויליאמסבורגער
outspoken האט געשריבן:האט שוין איינער באמערקט, יעדע דרשה ביי פרויען קאסט געלט, זאל מען איינמאל דאס טרייען ביי מענער וועט קיינער נישט זיין אין זאל נאר די בעלי דרשנים... איינער ווייסט אפשר ווי די געלט גייט?
גראדע די סיטיפילד זאך האט אויך געקאסט צען דאללאר.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 9:56 am
דורך נולד מאוחר
נישט געוויסט אז סדא נאך אזאך חוץ צניעות וואס מקען רעדן צי די אידשע טאכטער.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:05 am
דורך outspoken
וויליאמסבורגער האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:האט שוין איינער באמערקט, יעדע דרשה ביי פרויען קאסט געלט, זאל מען איינמאל דאס טרייען ביי מענער וועט קיינער נישט זיין אין זאל נאר די בעלי דרשנים... איינער ווייסט אפשר ווי די געלט גייט?
גראדע די סיטיפילד זאך האט אויך געקאסט צען דאללאר.
טאקע פארגעסען צוצילייגען, אז פאר מענער צו געבען 10 דאללאר, דארף דאס זיין אינטערסאנט ווי א BALL PARK אדער פארן מיט שיפן וכדומה.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:13 am
דורך חד גדיא
איז דאס אין באבוב מהרמ''ד?
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:20 am
דורך Telegram
דאס איז א געוואלדיגע זאך! דאס וועט הייבן די שלום בית פון אסאך קאפל'ס.. מען וועט שוין נישט דארפן וויינען פארוואס ביי אונז זעהט מען אזויפיל מענטשן גט'ן זיך....
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:05 am
דורך outspoken
אנאליזירער האט געשריבן:עס איז זייער מעגליך אז די פירער פון די אסיפות האבן נאבעלע כוונות,
JOKE OF THE MONTH
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:13 am
דורך פישלע העררינג
[justify]דער וואס לאזט זיין ווייב גיין איז דמו בראשו. זאל ער נאכדעם נישט זיין א צועק לשעבר. שלשה חייהם אינם חיים וכו' ומי שאשתו מושלת עליו.
א עזות און א נידערטרעכטיגקייט פון משתלטים צו רעדן צו פרויען וועגן די מענער.
והוקע אותם לעיני השמש.
קינדער דרייען זיך באימה רתת וזיעה אין חדר אהן א טראפקעלע חשק.
בחורים שפירן זיך ציל-לאז.
יונגעלייט קענען נישט געהעריג טוהן פאר פרנסה.
מיטליעריגע אידן זענען בעלי חוב עד נפש.
זקנים לעבן אויף לקח און ברוינפן פון לחיים נאכ'ן דאווענען.
געבוירן צו ווערן קאסט א הון תועפות פון דער וואכנאכט און ווייטער. צו שטארבן קאסט א הון תועפות פון מעדיצין און שפיטאל ביז'ן קבר.
כלל ישראל איז גייסטיש און פיזיש צעבראכן און דערשלאגן. מען וואוינט אין פאלאצן וואס מען קען זיך נישט ערלויבן. מען טוהט אן די קינדער ווי פרינצען וואס מען קען נישט ערלויבן. יעדע חתונה איז א סעודה שאינה מספקת לבעליה. מען צאלט אוועק דאס לעצטע ביסן פאר ערציאונג וואס איז קיין ערציאונג, חינוך וואס איז נישט מחנך.
אבער למען השם! נאך אן אסיפת חיזוק בנוגע די פארסרוח'עטע "כלים". נאר דאס פעלט כלל ישראל צום שלימות.
דו צעלייגער איינער! די בנשק'ל וואס גייט זיצן אויבנאהן ביים אסיפה, יא דו! וואס האסטו געטוהן פאר א צווייטען איד אין די לעצטע מעת לעת? אין די לעצטע וואך? אין די לעצטע חודש? אין די לעצטע יאר? במשך דיין גאנץ לעבן? הא? וואס זאגסטו, איך הער נישט אזוי קלאר. אה! ביזט געגאנגען "משמח" זיין ביי זיינע שמחות... דו הושענא שדופה וואס דו ביזט! משמח געוועהן? א הונדערטע ביזטו געקומען קאלעקטן דארט! חזיר. האסט צוגעלייגט א פלייצע צו די הוצאות החתונה? ניין. אודאי נישט. אבער א הונדערטע האסטו שיינערהייט גענומען פאר דיין "משמח" זיין.
כלל ישראל איז טיף און טייער. ופני הדור כפני הכלב. ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.
לא מן האסיפות האלו תהיה לנו תקומה! לא על ידי ה"עסקנים" תצא הישועה!
אנשטאטס אנכאפן דעם אקס ביי די הערנער, רעדן און מאנען עכטע חינוך הבנים, עכטע עבודת השם יתברך, עכטע יגיעת כפים בדרך כבוד, עכטע הסתפקות במיעוט, עכטע שמח בחלקו, עכטע שמחה של מצוה, איז מען פארנומען מיט שטותים און לאקשען און מען לאזט זיך נאך באצאלן א צענער.
מי פתי יסור שמה! וועלכע אידיאט וועט צולאזען אז זיין אייגן ווייב, די תורה'דיגע והיו לבשר אחד, זאל ארויסגיין פון איר מאן'ס רשות היחיד און ווערן מיט איינמאהל א מיצר שהחזיקו בה רבים?!
די תורה הקדושה זאגט אז ווען א פרוי האט חתונה זאל זי איבערלאזן איר געוועזענע דעה זאגער. זי איז טאטאל אונטער די בעלות פון איר מאן. על כן יצוה איש את ביתו אחריו ללכת בדרכיו ולשמור חקיו. א מאן איז קובע וויאזוי צו פירן זיין שטוב. ער ברויך נישט קיין הסכמות אויף די שער בלאט פון זיין הויז.
נבלים ונוולים שלא ברשות התורה וואס די געמיינע יונגען זענען!
טפוי! נעם אראפ די לאפעס פון מיין ווייב! רעד נישט צו פרעמדע פרויען. זאג זיי נישט דיין פירוש אויף דעת תורה! ר - ע - ד נ - י - ש - ט צ - ו ז - י![/justify]
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:23 am
דורך [NAMELESS]
איך זע נאכנישט קיין סיבה אויף אויפברויז. אפשר וועט עס זיין פשוט'ע התעוררות. למעשה האבן דאך די פרויען אויך כלים, זיי ארבייטן אין אפיסעס, זיי האבן סמארטפאונס. לאמיר האפן אז מ'וועט רעדן צו זיי שכל'דיג, אז זיי זאלן זיין ערליך און אפגעהיטן, און נישט זיי מאכן אגענטן פאר טעראר אויף די מענער.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:26 am
דורך ברוך שאמר
outspoken האט געשריבן:אנאליזירער האט געשריבן:עס איז זייער מעגליך אז די פירער פון די אסיפות האבן נאבעלע כוונות,
JOKE OF THE MONTH
אבער מיט די גרעסטע אין שווערסטע פראבלעם אז גאר אסאך פיינע אין איידעלע בחורים דרייען זיך אין שילן אין אינדעגאסן דאס קימערט זיי גאר ניקסט !
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:29 am
דורך עפל סיידער
[justify]ווער זאגט אז מען דארף דא בכלל מעורר זיין נשים איבער זייער בעל באטעווען אויף די מענער? עס שטייט אזוי אויף די פלאקאטען?
די נשים כדאי להם ברכה בפנ''ע, זיי גייען היבש ליידיג אין זענען שקוע אינעם אינטערנעט סתם פאר פוסטעקייט, און לאזען פארנאכלעסיגט פילע צרכי הבית, טאקע אז זיי זאלען קענען זיין די ריכטיגע משועבדים לבעליהן, ברויך מען זיי אביסעל מנתק זיין פון די עדיקשען ל'אינטערנעט.
בדידי הוה עובדא: מיין שכן! האט א היבש לאנגע תקופה מחמת איר אינטערנעט עדיקשען ממש געלאזט די שטוב הפקר !! אינקלאדעד די מאן !! און קינדער!!, ביז גיטע פריינט האבען איר געהאלפען ארויסקריכען פינעם אינטערנעט עדיקשאן, וואטס דע פראבלעם אז מען ברענגט רעבעצין'ס אויפצו וועקען די פרויען צו טון זייער פליכטען אין שטוב?
[/justify]
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:33 am
דורך יין שרף
שטייט נישט אויפן צעטל אז עס וועט זיין א full lavish milchig buffet... וועלכע פרוי וועט קומען....?
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:42 am
דורך עפל סיידער
LAKEWOOD: Asifa for women to take place the upcoming Monday in Lakewood at the Lake Terrace hall. Details to follow.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:48 am
דורך [NAMELESS]
ער”ח סיון: כינוס מיוחד לנשים נגד פגעי הטכנולוגיה
כה תאמר לבית יעקב • בער”ח סיון הקרוב, שנה שלישית ברציפות של התחזקות כלל ישראל נגד פגעי האינטרנט ומכשירי הטכנולוגיה, והפעם: כינוס לנשים • ועדת העסקנים באיחוד הקהילות יושבת על תכנון הכינוסים
חיים יעקב עלבויגן | 9:30 | י״ד באייר תשע״ד
המערכה נגד פגעי האינטרנט ומכשירי הטכנולוגיה המתקדמים אל עברי פי פחת ממשיכה במלוא עוזה.
הערכות והיערכויות ראשוניות לכינוסי נשים בער”ח סיון, להתחזקות וקבלת הגדרים שקבעו גדולי ישראל שליט”א בארה”ב.
הכינוסים ייערכו במתחמים ענקיים בכל עיר ועיר שיוכשרו במיוחד לקראת הכינוס, וצפויים להשתתף בהם עשרות אלפי נשים חרדיות.
הכינוסים לנשים באים לאחר המעמד האדיר שנערך לפני שנתיים בער”ח סיון בהשתתפות רבבות אלפי ישראל, וכהמשך וחיזוק לכנסי ה’הדר קיבלוה’ שהתקיימו בער”ח סיון תשע”ג ברחבי קהילות ישראל בעצת כ”ק אדמו”ר מסקולען שליט”א אשר הוא הרוח החיה מאחורי התחזקות היהדות החרדית נגד פגעי הטכנולוגיה.
מערך הכינוסים יתפרס בלייקווד, מונסי, ובורו פארק, במתכונת הכינוסים בשנה שעברה, אלא שהפעם יופנו עיקרי מאמץ ההסברה בנחיצות המערכה אל ציבור הנשים והנערות.
http://www.jdn.co.il/news/347886
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 11:56 am
דורך ברסלבער
נאכן זעהן די געוואלדיגע רעזולטאטן און הצלחה פון די פריערדיגע כינוסים, געבט עס א שטופ פראנאויס צו מאכן נאך כינוסים...
#יענץגעלעכטער
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 12:10 pm
דורך אפטעמיסט
איך פארשטיי נישט איין זאך. ממילא שלעפן די מענער צו סיטי-פיעלד איז מעגליך. אבער וויאזוי — למען הקרעפל— דארפן פרויען אלעס איבערלאזן פלוצלינג, די קינדער, די שטיב, און גיין צו אן אסיפה אכט אזייגער ביינאכט? די עסקנים פלאנען צוצושטעלן בעיביסיטערס? און, וואס קען מען זיי פארקויפן, שמירת עינים? איי דאונט געט איט.
איך גלייב נישט אז מ'גייט זיי הייסן שטיין איבער די מענער, (עכ"פ איך וויל נישט גלייבן).
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 1:31 pm
דורך שטילע אינגערמאן
טאמער איז דא אינגערליייט אין בארא פארק וואס זייערע שלום בית הענגט אויף א האר צוליב פארשידענע סיבות, קומען דא טיפשום אין לייגן צו זאלץ צו די וואנדען.
דער אינגערמאן וואס האט אינטערנעט אין ס'האט נישט געהאלפען קיין סיטי פילד אדער קיין 18 עוו, מישט מען אריין די ווייב? יעצט בכפיה גייט יענער פארמאכן די אינטערנעט???
די טיפוש, שוטה, גולם, רשע, נעבעך, וגו'
יעצט גייט דער אינגערמאן פארמאכן די וועב, מ'האט געפאנגען זיין ווייב אין אריין געשריגען אין זי א קונד אין בויך, יעצט גייט ער זיך איינגעבן.
טאמער ער האט נישט גענוג נסיונת גיי רייץ אן די ווייב אויף עיהם דאס גייט זיכער העלפן.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 2:08 pm
דורך געפילטע פיש
פישל'ע העררינג האט געשריבן:דער וואס לאזט זיין ווייב גיין איז דמו בראשו.
איך גלייב אז דו האסט נאבעלע כוונות, אבער ווער ביזטו איר יא אדער נישט צו לאזן גיין ערגעץ וואו זי וויל גיין?
פישל'ע העררינג האט געשריבן:זאל ער נאכדעם נישט זיין א צועק לשעבר. שלשה חייהם אינם חיים וכו' ומי שאשתו מושלת עליו.
איינער וואס האט עכט מורא אז עפעס א דרשה אין באבוב'ע סקול וועט מאכן זיין ווייב מושל זיין אויף עם האט גרעסערע פראבלעמען.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 2:32 pm
דורך פישלע העררינג
מאך דיך נישט אזוי פעסט און תמימות'דיג בהעלם אחת.
א מאן מעג זאגן פאר זיין ווייב אז ער וויל נישט - יא, ער וויל נישט - אז זי זאל אהינגיין. ער קען איר זאגן אז ער איז אפענדעד פון איר גיין הערן דרשות וואס זענען געצילט זיך צו מישן אין זיין סדר החיים.
און יא, פרויען ווערן איבערגענומען פון דרשות און עס קען איהם שטערן אין שטוב. "גרעסערע פראבלעמען"? מציאות הקר.
נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 2:48 pm
דורך מצטמק ויפה
עס האט נישט מיט יא מושל זיין אדער נישט, און צו זי גייט קענען איבערווייזן די מאן אויפצוגעבן זיין פאון, צו נישט.
אבער אז זי גייט אהין גיין און מען גייט איר דארט אריין באָרן אין אויער, אז דאס איז די נסיון הדור און מ'האלט פאר משיח און דער וואס ווייל זוכה זיין צו קעגן גיין פני משיח דארף האבן א הייליג שטוב .... בלא בלא בלא .....און אדער א פאון אדער קינדער עס גייט נישט צוזאמען...... און דער וואס קענען פועל'ן ביים מאן אוועק ציווארפן זיין פאון, וועט שאפן א נחת רוח פאר'ן באשעפער פונקט ווי א קרבן, וכו'.
און זי גייט אהיים קומען אינגאנצען צושוידערט און ווילד אז "איך וויל פון גארנישט הערן דו מוסט יעצט ווארפען דיין פאון אין גארביטש!" איז אין הכא נמי די קענסט איר אנפייפען און פארטיג אבער וואס פארא פנים האט עס? זי פארלירט איר גאנצע טראסט אין דיר, און דיין גאנצע שלום בית שטייט אויף א סווינג.