בלאט 1 פון 1

אינטרעסאנסטע כשר'ע מעגעזינען

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 6:39 pm
דורך kliger
וואס איז די בעסטע אינטרעסאנסטע כשר'ע מעגעזינען צו באקומען אויף פאסט?
דערווייל באקום איך פון popular science

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 7:09 pm
דורך יידל
וואס איז ביי דיר "כשר"?

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 7:14 pm
דורך געפילטע פיש
די קופת העיר מאגאזינען און די המספיק גאזעט זענען צוויי זייער אינטערעסאנטע אויסגאבעס, און זיי זענען פרי!

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:11 am
דורך זר זהב
סארי כ'ווייס נישט.

(בערלבעלעגלה)

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:07 pm
דורך קליינער
יאנקל האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:וואס איז די בעסטע אינטרעסאנסטע כשר'ע מעגעזינען צו באקומען אויף פאסט?
דערווייל באקום איך פון popular science

פאפולער סייענס איז נישט כשר׳ער פון סיי-וועלכן מעינסטריעם מאגאזין.

ווארשיינליך מיינט ער אז דארט וועט ער נישט טרעפן קיין אויסגעלאסענע בילדער, ווי, צב"ש דעם טיים וכדו'.

אבער דאס מאכט עס נישט ווייניגער טריף, ווייל למשל עוואלוציע איז דארט אן אנגענומענער פאקט, דעריבער לאמיר אים לאזן קלאר מאכן וואס כשר מיינט אין זיין דיקשאנערי.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:36 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:וואס איז ביי דיר "כשר"?

ווען דער מאגאזין איז מסביר בריאת העולם פון'ם גויאישן שטאנדפונקט. "עוואלושן" וכדומה. :oops:

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:09 pm
דורך קליינער
יאנקל האט געשריבן:שלום עליכם קליינער. זה הקטן גדול יהיה!


א דאנק פארן אויפנאמע.

״טיים״ און ״פאפולער סייענס״ האבן נישט קיין אנדערע גדרים בנוגע אויסגעלאסנקייט פון בילדער.


איך בין ארויף אויף "קלוגער'ס" ווערטער וואס וויל וויסן איבער די כשרות, און נישט איבער זייערע גדרים.

קיין שום סעקולערע אויסגאבע האט נישט גדרים וואס זאל עס מאכן כשר פאר איינעם וואס זוכט כשרות אין א גוי'אישע אויסגאבע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:27 pm
דורך berlbalaguleh
יאנקל האט געשריבן:ריכטיג. אבער צווישן סעקולערע מאגאזינען זענען פאראן אזעלכע וואס זענען מער אויסגעלאסן ווי אנדערע. צום ביישפיל, איך פלעג זיין אבאנירט צו "סייקאלאדזשי טודעי", אבער איך האב אפגעשטעלט דעם סובסקריפשאן וויבאלד עס איז געווען א דגוש צו לייגן אויסגעלאסענע בילדער אויף דעם דעקל אין אינעווייניג.

גם אני בחלומי. נאך יארן צוריק האב איך געהאט א סובסקריפשן צו אט דעם מאגאזין. צו ערשט האב איך געמיינט אז זיי לייגן ארויף די אויסגעלאסענע בילדער בדרך אגב.ווען איך האב איינגעזען אז ס'איז א טייל פון זייער פראגראם האב איך געקענסלט דעם סובסקריפשן.