בלאט 1 פון 1

צװישן פינצטער און ליכט

נשלח: מיטוואך מאי 21, 2014 10:12 pm
דורך שלום בערגער
צװישן פינצטער און ליכט
שטײט א װאָרט
א קױל צװישן די צײן
גרײט דיר צו שפײען
אין מוח ארײן.
שװײגסט
אומזיסט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 1:32 pm
דורך פישלע העררינג
איז עפעס ראנג מיט מיך אז איך פארשטיי נישט וואס דער שרייבט? האב איך נישט גענוג א סענסעטיווע נשמה אויפצוכאפן אזא שטיקל קונסט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 1:40 pm
דורך פלעין יודיש
ס'קיקט אויס ווי ער שרייבסט זיינע מאמרים אין ענגליש, דערנאך טרענסעלעיטעד ער עס אין יודיש דורך גוגל, און פון דעם קימט ארויס דער מיסטרעיזע שפרעך ווארט.....

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:31 pm
דורך smartinof
אויבן, אונטען, זייטוועגס
אינדערמיט געגליטשט
גרובער שליים פארשוועמט
ריק זיך אומזיסט צוריק

דאס איז אפשר אויך קונסט??

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:58 pm
דורך ממרום שלח אש
הוידל בוידל
לאקשן אין א בעכער
נישט סאמעט און סויבל
נאר א ווינדל מיט לעכער

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:03 pm
דורך אפטעמיסט
ר' שלום,
ליצנות,
קום שנעל,
אויסגראדעס.

חסידים,
פוסט,
מ'פארשטייט,
קיין קונסט,

פון באלטימאר,
ווייט,
זיי מגלה,
פשט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:18 pm
דורך רויטע וואנצעס
viewtopic.php?p=195315#p195315
דא איז ער מגלה טפח און מכסה טפחיים.