דור דור ושופטיו, דור דור ומנהיגיו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 286 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

דור דור ושופטיו, דור דור ומנהיגיו

שליחה דורך outspoken »

היינט צופרי ביים דאווענען איז א איד צוגעגאנגען צו א משגיח וואס איז נעכטן געווען ביים אסיפה, און זאגט אים, אז ווען ער איז געווען א בחור האט ער געטרייט אריינצוגיין אין די ישיבות פון די 2 זקני רשעי הישיבות, און מ'האט אים נישט אנגענומען, ווייל זייערע ישיבות איז נישט געווען אויסגעשטעלט פאר אזא בחור ווי אים (NO MONEY , NO CONNECTIONׂ ), ברוך המקום שחרבום. שנת תשע''ג האט ער געטרייט אריינצולייגן זיין בחור'ל אין די ישיבה פון די נייע 'שטערן' רעדנער און מ'האט אים נישט אנגענומען.

ס'האט מיר דערמאנט א ווארט פון סאטמאר'ע רבי ז''ל, דער ראפשיצ'ער רב האט אמאל געזאגט אז ס'שטייט אז מ'האט געוויזן פאר משה דור דור ושופטיו דור דור ומנהיגיו, פאר וואס האט מען קודם געוויזן דעם דור פאר די מנהיגים? נאר אויב מ'וואלט קודם געוויזען אז נפתלי איז א רבי וואלט זיך משה רבינו דערשראקן, האט מען אים קודם געוויזען דעם דור, און פאר אזא שוואך דור קען נפתלי זיין רבי.

האט סאטמאר'ע רבי ז''ל געזאגט (אין א תורה, נישט קיין ווערטעל) אז היינט איז פשוט, מ'האט נישט געוואלט מצער זיין משה רבינו אז ס'דא ליידער אזעלכע מנהיגים, האט קודם געוויזען דעם דור, אז ב''ה לא אלמן ישראל, דער דור איז נישט אזוי נידריג, אפילו מיר האבן אזעלכע מנהיגים.

ב''ה אני הקטן קען גוט דעם איד מיט זיין זון, עכטע ירא שמים (נאר נישט אסאך געלט), אפילו די א''ג מנהיגים האבן זיי מרחק געווען, זענען זיי נאנט און לעבן מיטן באשעפער.

דער מאמר חז"ל "דור שבן דוד בא פני הדור כפני הכלב" האט ר' גרשון חנוך העניך ליינער זצ"ל פון ראדזין געטייטשט, "וויי וועט זיין צו די הינט אין יענער צייט, אז זיי וועלן דערגרייכן צו אזא שפל'דיגער מדרגה, אז מען וועט זיי פארגלייכן צום "פני הדור" אין משיח'ס צייטן".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום outspoken, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר