בלאט 1 פון 4

פון די "דער איד" ארכיוון - תשמ"א

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:56 am
דורך דולה ומשקה
קודם כל וויל איך אפגעבען פאר ידידינו הרב [tag]אבטולמוס[/tag] פאר זיין געוואלדיגע שווערע ארבעט כדי אז מיר זאל קענען נהנה זיין בחנם בלי תשלום גמול .
וכדרכו בקודש של ראובן וועל איך נאך גיין בעקבותיו, אין ערשט אנהייבען מיט טשיקאווע זאכען, איידער די מער זאפטיגע עדז און ארטיקלען.

דער יאר איז שנת תשמ"א, קארגע חודש נאך דעם וואס דער ברך משה האט אפציעל איבערגענומען דער נזר הרבנות דקהל ייטב לב ד'סאטמאר

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:59 am
דורך דולה ומשקה
אביסעל הרגישים - "דאס לעצטע מאל וואס כ"ק כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע האט געדאווענט אין ווילימסבורג"

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:03 pm
דורך דולה ומשקה
דער צודרייטע סיסטעם האט זיך אנגעהויבען "עוד מספר מצומצם בחורים מצויינים".

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:09 pm
דורך דולה ומשקה
ווען האט זיך דער בחם'דיגע באס אויפגעלעזט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:14 pm
דורך דולה ומשקה
דער ארטיקעל שרייט געוואלד, היתכן "אז ווען מ'האט נאכנישט א קינד אין ערשטן יאר פון דער חתונה רייסט מען איין ביי אלע רבי'ס, מ'דיטט צו קברי צדיקים, אין צו די בעסטע דאקטורים, אבער ווען מ'האט 5 קינדער 2 טעכטער און דריי זוהן גיט מען זיי פאר 5 שעה צו א בעביסיטטער.."
ווי קאמיש איז דאס וויבאלד יעדער וואך איז געשטאנען אין קלעספיידס א ספעציעלע קאלום פאר בעיביסיטטער'ס

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:16 pm
דורך ממרום שלח אש
מערק אויף די סערטיפייד לאמבער עד

"קום זעט אונזער מאווי - פילם וויאזוי צו בויען אייער סוכה"

עס איז געווען טרם שגזרו טומאה על ווידעאו (תשמ"ו ?)

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:27 pm
דורך דולה ומשקה
יונה לאנדא איז מגלה זיין פענע-נאמען
*
טאהש וואלט שוין היינט געשריבען להסתופף בצילא דמהימנותא דכ"ק הגה"ק והנורא שרף, שר המט"ט, ג-ט אליינס שליט"א, אין אוודאי וואלט נישט געוועהן אזא עד א שכן מיט מעטירניטי קליידער.
*
וועלכע בוך האט מען דא גע'אסר'ט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:33 pm
דורך דולה ומשקה
קליינס כשר פלאפעל פיצא איז אפען מוצאי שבת
*
שידוך געזוכט - דער אויבעשטער האט א נאמען פון א פרוי...

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:48 pm
דורך שרייבער
ווי איז דאס 1 טייטלבוים פלאזא? דארט ווי ס'איז היינט?, היינט איז עס שוין הורוויץ פלאזא

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:12 pm
דורך דולה ומשקה
פרויען נעמען זענען נאך געוועהן א נארמאלע ערשיינונג תשמ"א - אפילו א ברכת מזל טוב חמיה ולבבית פון בחורים
*
אסתר הורוויץ האט נאך געקענט שרייבען אז מרס הערקאוויטש "זייער" זוהן חיים, א חתן ווערן...

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 1:46 am
דורך געפילטע פיש
דולה ומשקה האט געשריבן:בילד

האסט פארזען די Childbirth preparation class.

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 8:56 am
דורך שרייבער
איך זע דא דריי מענטשן וואס שטעלן צו א באס פאר אלע אייערע געלעגנהייטן, קאמפעטישאן איז געווען גרויס זע איך

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 11:55 am
דורך שצם_חנכל
צו וועם באציעט זיך דער קול קורא פון הרב פר"מ הרב ראטה און הרב בערקאוויטש, איבער נישט ליינען ביאגראפיע ביכער פונעם סאטמארן רבי? ס'מיינט איינעם פערזענליך?

[tag]דולה ומשקה[/tag] ס'וואלט געווען א גוטע איידיע צו מאכן נומערן אויף יעדע עטעטשמענט אזוי וועט מען קענען מגיב זיין איבער דעם כדבעי

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 10:49 am
דורך דולה ומשקה
ווי משוגע בייעסד איז געוועהן 'דער איד', הייבען הייבט ער אן "עטליכע חינוך ספר תורה אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק",
יעצט לייען דעם ארטיקעל

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 10:57 am
דורך דולה ומשקה
עמנואל בער חתמ'ט זיך אונטער אינאיינעם מיט זיין פרוי מרים
צו ווינטשען א מזל פאר ר' עזריאל גליק ווייל זיין טאכטער 'חנה' איז א כלה געווארען.
אזוי אויך ווינטשט ער א מזל טוב פאר אלי' בצלאל טייטעלבוים ווייל זיי טאכטער 'דבורה הענדל' איז א כלה געווארען.

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:00 am
דורך דולה ומשקה
טיפיקל ארטיקלען פון 'דער איד' שנת תשמ"א
דער ערשטע אויס-שניט איז פון דעם מרדכי צבי סאסנע

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:06 am
דורך דולה ומשקה
די עסקנים פון 'התאחדות אברכים' גיבן איבער א אפציעלע 'הכרת הטוב' פאר ר' אברהם יצחק יונגער אין זיין פרוי שרה תחי'
אין לאזען טאקע אויס בלשון רבים: ישלם ה' פעלם ותהא משכרתם שלימה

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:17 am
דורך ברסלבער
זייער אינטערעסאנט [tag]דולה ומשקה[/tag], יישר כח.
א זייטיגע זאך באמערק איך אז מען האט דאן געשריבן 'זונטיק' אנשטאט 'זונטאג', ווי אויך 'אריינקומענדיק', מיט א 'ק' צום סוף. ווען האט זיך דאס געטוישט?

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:30 am
דורך דולה ומשקה
די עדס זענען געלאפען כמעט יעדע איינציגער וואך, דא האב איך ארויף גשטעלט דריי פארשינדארטיקע

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:33 am
דורך דולה ומשקה
דר. לעסלי סטראנג'ס עד איז אויך געלאפען כמעט יעדע דריטע וואך

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:33 am
דורך שמעקעדיג
א יישר כח דולה ומשקה און ראובן,
עס איז זייער אינטרעסאנט צוריקצודרייען דעם זייגער און זעהן דעם חילוק צווישן דעם נישט-אזוי-ווייטן אמאל און היינט.

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:39 am
דורך דולה ומשקה
בעלזא אדער ווי דער 'דער איד' האט עס אנגערופען בכלומר'שט בלשון של גנאי 'קהל מחזיקי הדת' איז געוועהן א הייסע טעמע בשנת תשמ"א

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:44 am
דורך דולה ומשקה
געגראבען, פאנטאזירט, כדמיונ'ט אלעס כדי צו קענען אטאקירן בעלזא און עולם גולם האט דאס אפגעקויפט פאר גוט געלט, נישט אנדערש ווי היינט מ'גלייבט יעדער נארישקייט וואס דער צייטונג שרייבט.