בלאט 1 פון 1

היינו ללעג ולקלס בגוים

נשלח: דאנערשטאג מאי 22, 2014 1:10 pm
דורך shem-tov
הודערטער טויזענטער קינדער ווערן ערצויגען על טהרת הקדש אין די גאנצע וועלט כ"י וואס באקומען אבער נישט קיין שום חינוך בעניני קדושה נאר בלויז אז מען טאר גארנישט גארנישט און נאכאמאל גארנישט. מאכט זיך א קליינער טעות אין קליינעם מח פונעם בחורל וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, אז דער צד שכנגד וויל אים זייער שטארק מען גלוסט אים צו האבן נאר די ווילסט נישט אבער איינמאל איך גיי אין קלאב אדער באר אדער איך זעץ מיך ארויף אויפן טרעין אדער באס און קיינער זעהט נישט . און איך בין מסכים... מעג איך שוין טון מה שחפץ לבי. ווי כאלו ביי די גוים איז אלעס מותר. רח"ל סדרייט זיך ארום א קליפ פון א היימישן אויף א גוישע באס וואס טוט מעשים אשר לא יעשו ווי א אומערצויגענער חי' פון וואלד. וואס איז ראנג מיט אונזער חינוך. וואס טוען מיר נישט גוט. דאס זעהט מען דאך נישט אפי ביי די גרועים שבאומות. און ליידער איז דאס מעשים בכל יום בכה ובכה. די שוטה ווילסט זינדיגן סאיז דא פלעצער דערפאר. לאז פריי די קינדער און לאז פריי די מענטשהייט. מי יתן והי דער אייבערשטער זאל שוין אויף אונז רחמנות האבן און מען זאל לענרנען מיט אונזערע נעבעכדיגע קינדער עפעס בעסיק עדיוקעישאן.