כינוסי כלל ישראל, ווי שוואמען נאך א רעגן!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

כינוסי כלל ישראל, ווי שוואמען נאך א רעגן!

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]זייט די success וואס די מארגנים פון איחוד הקהילות פאר צוויי יאהר האבן געהאט, ווערט כסדר כינוסים ווי שוואמען נאך א רעגן. קודם פאריאהר האט מען געמאכט א מיני ריפלעי אין יעדער שטאט באזונדער. דערנאך איז געווארן א פלייץ מיט צניעות אסיפות, פאר נשים אין מאנסי, פאר מענער אין ב"פ מיט סקווירא. און יעצט איז געוועהן אסיפת מחנכים. עס קומט נעקסטע וואך א צניעות אסיפה פאר מענער אין מאנסי, מיט א טעכנעלאגיע אסיפה פאר נשים אין ב"פ. דאס איז בנוסף צו אלע מערכות נגד חטיטת שכבה וגזירת גיוס בני ישיבות וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע צוויי-דריי יאהר. ועוד ידם של עסקנים נטויה.

קודם אביסל טראכטן דארף מען, וואס עפעס זעהט מען לעצטנס א פלייץ פון אסיפות, מה שלא ראינו בשנים קדמוניות?

לדעתי קומט די שולד/דאנק אביסל פאר 'קול מבשר'!! כנראה אז זיין תעמולה וואס זיין אפאראט פירט אהן (כנראה בחינם, אלץ לא יחרץ געלט פאר די מקנאי קנאת השם) ברענגט א געוואלדיגע הצלחה פאטר די עסקנים (מעהר ווי די גרויסע לייליכער מיט באשפריצטע גאסן וואס פלעגט זיין) צו ברענגן די עולם צו די אסיפות וכינוסים. ממילא יעדער שמוגער וואס רעדט זיך איין אז ער הט עפעס אויף צוטוהן, מאכט ער ריזיגע כינוס, וזהו.

וואס באדערט מיר פון דעם אלעם:
1 איך זעה אז דאס אלעס איז געבויט מיט אגענדעס פון מענטשן וואס ניצן טעמעס כדי צו בויען זייער נאמען אין כח. איך זעה ווי די גבאים פון סקולענער ווילן בויען זייער רביס נאמען, איך זעה ווי א פרומע האראוויץ וויל ווערן די איש על הציבור און מאכט צניעות אסיפות, וכן הדין עם רעבעצין קלוגהאפט. איך זעה ווי רבנים רייטן אויף טעכנעלאגיע כדי צו באקומען קאנטראל אויף זייערע אונטערטענגטע אינגעלייט. איך זעה נישט די לשם שמים אין די זאך.

2 די אלע פראבלעמען וואס ווערן געהאנדעלט ביי די אסיפות האבן נישט אזא שטארקע טרעק רעקארד אז דאס איז 'די' גורם פון די פראבלעמען פון כלל ישראל. לעומת זה איז דא פראבלעמען וואס ווערט בכלל נישט בארירט. ווי למשל: די נושא פון קינדער וואס האלטן נישט מיט די לימודים, די נושא פון Bullying, די נושא פון מאלעסטעישאן, די נושא וויאזוי אונז זאלן לערנען מיט אונזערע קינדער בנוגע עניני מין (קדושה), וואס מיר קענען טוהן בנוגע די קאריקיולעם ביי אינגלעך, וואס איז זייער טריקען, די נושא אז עס איז דא אסאך היימישע אינגעלייט וואס מען נעמט זיי נישט אהן אין די מוסדות צוליב נישטיגע סיבות' ועוד. די אלע נושאים זענען נושאים וואס האבן א טרעק רעקארד אז זיי זענען גורמים אז די אינגווארג פאלט אוועק.

בעיסיקלי די וויכטיגע פאנדאמענטאלע נושאים ווערן כמעט נישט גערירט, די נושאים וואס זענען געמאכט צו קאנטראלירן די עולם דאס ווערט יא אהנגערירט, און מיט א טראסק, אז זיי ווילן ווייזן כאילו אויב דאס ווערט מסודר האט מען באגראבן די יצר הרע.
לא מיניה ולא מקצתיה!

זו רק דעתי, מה דעתכם?[/justify]

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר