די בעפאר חרם דרבינו שמואל הלוי עפאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יאפטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

די בעפאר חרם דרבינו שמואל הלוי עפאכע

שליחה דורך יאפטשיק »

די תקנה וואס האט געראטעוועט אידישקייט פון אונטערגיין

די חרם דרבינו שמואל הלוי ווייסט יעדער קינד איז געווען א דורכברוך אין די היסטאריע פון חתנות וגירושין ביי כלל ישראל. נישט אלע ווייסן אבער וויאזוי כלל ישראל האט אויסגעזען פארדעם. וואספארא רעוועלוציע דער חרם דרבינו שמואל איז געווען זיינער צייט. לאמיר אייך אביסל צוריקפירן אין היסטאריע און אויפוויקלען די אומשטענדן וועלכע האבן געצווינגען דעם גרעסטן גדול הדור בימיו ארויסצוקומען אקעגן רוב אנדערע גדולי ישראל און אינטערדוסן די גאר קאנטראווערסיעלע טוישונגען אין כלל ישראל'ס לאנגיאריגע טראדיציעס וואס טראץ די קענגערשאפטן בשעתו איז עס היינט איינע פון די יסודות אין דער אידישער דת אהן וואס ס'קען זיך גארנישט אין זינען פארשטעלן ווי אנדערש מיר וואלטן היינט אויסגעקוקט.

טראצדעם וואס רבינו שמואל האט מתקן געווען א רייע תקנות וועלכע האבן דראסטיש איבערגעמאכט כלל ישראל'ס אויסזען און האבן גורם געווען ווייטגרייכנדע אפקעטן אויף אלע אידישע קהילות איבער די וועלט פאר יארן צוקומען, צווישן זיי די איסור האתרים, וועלן מיר זיך בלויז קאנצערטרירן אויף איינס פון די תקנות וואס איז באקאנט אלס די התרת עגונות.

א קורצע איבערזיכט אויף די טעגליכע לעבן אומשטענדן פון עדות המערב

יענער צייטן איז כלל ישראל צעטיילט געווען בעיקר אין צוויי טיילן. פון איין זייט זענען געווען די ערליכע גאטספארכטיגע אידן אונטער די פירערשאפט פון בית דין הגדול שבירושלים וואס האט געהאט פיליאלעס און רבנים אונטערגעווארפן אונטער איר אין אלע לענדער איבער די וועלט אריינגערעכנט אונטער די אמעריקאנישע הערשאפט. און מצד שני זענען געווען די אוטידיים וועלכע זענען געווען אזעלכע וואס זענען ליידער אוועקגעפאלן פון כלל ישראל נאך די גרויסע ערשטע און צווייטע חורבן אייראפע אוואו מערסטנסטייל פון כלל ישראל זענען אויסגעהארגעט געווארן און די וואס זענען איבערגעבליבן, מערסטנס אינגע קינדער, האבן נישט געהאט קיין תלמוד תורות, ממילא זענען זיי אויסגעשמד'ט געווארן בעיקר דורך די ציוניסטישע פאלק וואס האט דאן מלחמה געהאלטן מיט אסאך לענדער און פרובירט זיך צו פארגרעסערן מיט מענטשן דורכן ארייננעמען אימיגראנטן פון אומצאליגע פעלקער, אריינגערעכנט אראבער, רוסן, ליטוואקן, רומענער, פאלאקן, פאלאשן און תימנים. א קליינע צאל פון די חורבן אייראפע איבערלעבער זענען אריבערגעקומען קיין אמעריקע אוואו זיי האבן זיך גאר שנעל פארמערט און אנגעפאנגען וואקסן מיט א גרויסע כח. זיי האבן אויפגעשטעלט טיאטערס, טרונק הייזער און זענען גאר מאכטפול געווארן צווישן די רייע פון די אמעריקאנישע הערשאפט וואס איז ביז דאן געווען אין גאר פריינדליכע באציהואונגען מיט די ארטיגע אלטגעזעסענע ערליכע אידישע קהילות און זיי געלאזט פראקטאצירן אידישקייט אומגעשטערט געבנדיג אפילו פולע גלייכבארעכטיגונג פאר די אידישע בירגער און אויכעט פוילע אויטאריטעט פאר די אידישע בתי דינים צו קענען פסקנע'ן אלץ ביז דיני נפשות. לפעמים, ווען די לעצטע איז שווער געווען צו דעפענירן, האט די רעגירונג אפילו פון דעם אויך אוועקגעדרייט אן אויג און מחשיב געווען די פסק וואס די אידישע רבנים האבן געפסקנ'ט. בקיצור, כלל ישראל יענע צייטן וואס זענען באשטאנען פון רובו ככלו ערליכע אידן האבן ממש ווי געפירט זייערע אייגענע מדינה בתוך מדינה.

א דור צוויי נאך די חורבן אייראפע אבער האבן זיך אנגעהויבן די פראבלעמען. די אוטדיים האבן זיך נישט באגענוגט חוזק צו מאכן און אפלאכן פון די אידישע מסורה און פארשוועכן יעדן מצוה אין די תורה נאר זיי האבן אויכעט אנגעפאנגען וואקסן און אוועקשלעפן אידישע קינדער פון די מסורה דורך כל מיני רשעות'דיגע וועגן. פון דעמאלטס אן האבן זיך אנגעהויבן גאר שווערע צייטן פאר יהדות בכלל איבער די וועלט צוליב וואס די אוטידיים צוזאמען מיט זייערע וועגווייזער די ציוניסטישע פאלק האבן זיך גענומען פאר א ציהל אפצוקאליען אידישע קינדער פונעם ערליכן וועג.

הייראטן ביי כלל ישראל
אמאל איז די נארמע געווען חתונה צו האבן ביי די 18 - 19, אסאך שפעטער ווי היינט וויבאלד מענטשן זענען שטארקער געווען און האבן דערפאר געקענט זיך אליינס אן עצה געבן אהן א ווייב ביז די אכצן ניינצן. מענטשן זענען געווען מער אינדעפענדענט און געזונטער ווי היינט. ווי אויך איז די יצרא דעריות נישט געווען אזוי שטארק, זיי האבן געהאט גרעסערע מוחות און זענען דערפאר געזיצן און געלערנט אין ישיבה ביז די אכצן ניינצן. א בחור פון 15 האט למשל אליינס געקענט אנגרייטן א מיעל אדער זיך אפהיטן די ספיריטואלע טייל פון דעם קערפער. פרויען ווייטער, זענען זייער לייכטזיניג געווען און קינדיש געווען סיי אין אידישקייט און אפילו אויך אין געווענליכן טייל פון לעבן. דערפאר איז וויכטיג געווען אז זיי זאלן לענגער אפזיצן אינדערהיים און לערנען פון די עלטערן די וועגן פון א אידישע שטוב אזוי אז ווען זיי האבן חתונה זאלן זיי גענוג שטארק זיין צו קענען אדורכטראגן פיזיש און גייסטיש די עול פון א בית נאמן בישראל.

צוויי טויזנט יאר פריער - חרם דרבינו גרשם
וויבאלד די פרוי'ס שטאנד איז נאטורליך אלעמאל זינט בריאת העולם שוואכער געווען ווי דער מאן צוליב זייער גריעותא נאטורליך און תורה'דיג. איז ארויסגעקומען גרויסע חרבנות נאכדעם וואס מענער פלעגן הייראטן פרויען און דערנאך פאר די קלענסטע זינד האבן זיי בעל כרחה געקענט אפגט'ן דעם פרוי און זי געלאזט אויפ'ן וואסער, איז דערפאר, האט מיט צוויי טויזנט יאר פריער, דער רבינו גרשם מאור הגולה ארויסגעגעבן א רייע תקנות צו באשיצן די פרוי און איינע פון זיי, "איסור על גירוש אשה בעל כרחה." דאס הייסט אז א מאן קען נישט גט'ן א פרוי אנטקעגן איר ווילן.

צוויי טויזנט יאר שפעטער - חרם דרבינו שמואל הלוי
מיט די יארן אבער האט זיך געשאפן א מורא'דיגע פראבלעם. די פרוי האט טאקע נישט געקענט אפ'גגט ווערן בעל כרחה אבער די מענער האבן אנגעהויבן צוריקהאלטן דאס געבן א גט. אין די צייטן פון רבינו גרשום ביז די צייטן פון רבינו שמואל הלוי איז דאס נישט געווען אזא פראבלעם ווייל די בתי דינים האבן דעמאלטס געהאט גענוג א גרויסע כח צו קענען צווינגען דעם מאן צו געבן א גט. אבער אין די יארן פון די ת"ש הונדערט, ווען די אוטדיים זענען גאר מאכטפול געווארן איז ארויסגעקומען געפערליכע מכשולים און שוועריגקייטן פאר די עקרת הבית.

א גט - א מיטל רייך צו ווערן - נקמה נעמען - אפשמד'ן די קינדער - חילול השם
די אוטדיים האבן ספעציעל אנגענומען א נייע וועג וויאזוי אפצוקערן ווי מער אידן פון דער ערליכער וועג און מיט די צייט האבן אפילו ערליכע אידן אדאפטירט די דאזיגע שלעכטע וועגן און זיך באנוצט דערמיט צו באקעמפן די ערליכע רבנים און כלל טוהער.

צו יענער צייט זענען די אוטדיים גאר גרויס געווארן און אנגעהויבן ציעהן צו זיך די לייכטזיניגע טייל פון כלל ישראל געבנדיג זיי א באקוועם ארט וואו זיך איינצוגלידערן. אויב האט א איד זיך אויפגערעגט אויף זיין פרוי אדער אויף די תורה האט ער גאר א לייכטע פעלד געהאט. ער האט איבערגעלאזט זיין פרוי און זיך אנטזאגט צו געבן א גט. אין אנהויב פלעגן די בתי דינים פרובירן צו נוצן די קינדער אלס א מיטל צו צווינגען די מאן צו געבן א גט. דער מיטל האט אבער ביסלעכווייז אויפגעהערט צו ארבעטן איינס, וויבאלד מערסטנס מענער, זייענדיג אזוי פארזונקען אין די גויאישע תאוות, האבן זיך אפגעזאגט פון די קינדער וויסענדיג אז ווען די קינדער וועלן עלטער ווערן וועלן זיי במילא אויסגעפינען פון וואו זיי קומען און אויכעט ווידערשפעניגן אין אידישקייט. צוויי, אפטמאל האבן דאס אנהאלטן די קינדער שווערער געמאכט פאר די טאטעס אפצוקערן זיך פון דעם גלויבן און זיך אויסמישן גענצליך מיט'ן גוי צוליב וואס די קינדער האבן יענע צייטן מער צייט און אינוועסטירונגען פארנומען פון א טאטע ווי היינט. דריטנס, כאטש די גויאישע ערכאות זענען אפטמאל אין אזעלכע פעלער געווען אויף די זייט פון די אידישע בתי דינים לגבי די קינדער חלק דאך האבן זיי נישט גענומען קיין שטעלונג אין צווינגען דעם מאן צו געבן א גט, וואס איז סטריקטלי א אידישע ריטואל.

די שווערע אפעקטן אויף דאס אידישע לעבן
דאס צוריקהאלטן די גט איז אזוי שווער געווען פאר די ווייבער, נישט ערלויבענדיג זיי חתונה צוהאבן צו קיינעם, אז זיי האבן רוב מאל זיך געבראכן און איינגעגאנגען אונטערצושרייבן סיי וואספארא אגרימענטס די מענער האבן זיי נאר פארגעשלאגן אפטמאל באצאלענדיג נאך פאר'ן מאן - הון תועפות אין צוגאב. פילע מאלן האבן די מענער סתם פאר די נישטיגקייט צוריקגעהאלטן פון געבן א גט פאר צענדליגע יארן ווען צו די זעלבע צייט האבן זיי די מענער געקענט חתונה האבן און וואוינען מיט וועם זיי ווילן. גאר אסאך פון אזעלכע פרויען האבן זיך געפיהלט גאר נעבעכדיג און פארלאזט און ברויכענדיג אזוי שטארק א מאן צו די האנט האבן זיי דערפאר אנגעהויבן צו זינדיגן מיט פרעמדע אידישע מענער ובחורי ישראל. צומאל אפילו ליידער מיט גוים.

פארשטייט זיך אז פאר די קינדער האט אזא קאנפליקט גאר שווער געשאדט צום לעבן. נאך מער איז זיי שווער געווען צו לעבן בלויז אונטער די אויפזיכט פון א סינגל מוטער. די אוטדיים האבן ספעציעל געפירט גרויסע קאמפיינען מוהטענדיג אידישע אינגע מענער איבערצולאזן זייערע ווייבער און קינדער און בשום אופן נישט געבן א גט. דאס האט יעדן מאן געגיבן גאר א שטארקע אויבערהאנט איבער די פרוי מיט דעם וואס אויב האט זיך פארגלוסט פאר א איד איבערצולאזן אידישקייט האט ער נישט מער ווי געדארפט כאפן דעם נעקסטן פליגער קיין בארצעלאנע און שלאגן כפרות מיט די גט. די פרויען נישט וועלענדיג בלייבן קיין עגונה האבן זיי, מיט די הילף פון זייערע עלטערן און לאקאלע רבנים, גאר נאכגעיאגט דעם מאן און זיך געבוקט צו אלץ וואס ער האט נאר געפאדערט בלויז צו קענען באקומען פון אים א גט אזוי ארום צו קענען חתונה האבן נאכאמאל.

געווען פעלער וואס אויב איז די פרוי געקומען פון א נגידישע משפחה אדער קהילה האבן זיי זיך אריינגעלאזט אין א קאסטבארע ערכאות קאמף וואס האט אפגעקאסט אסטראנאמישע סכומים אבער וויבאלד די מענער זענען נישט געצווינגען געווארן דורך די קאורטס צו גיבן א גט, אפטמאל מיט די טענה אז, "וויבאלד די הייראט איז געווען אראנזשירט מוז מען דעם מאן גיבן די רעכט אויסצוקלייבן ווען זיך צו גט'ן", האבן די פרויען שטענדיג געמוזט אויפגיבן דעם קעיס שליכטענדיג זיך אינדרויסן פון קאורט אויף א הסכם וואס די מאן האט פארגעשלאגן, אסאך מאל אזעלכע הסכמות וואס האבן איינגעשלאסן תנאים וואס זענען גאר שעדליך געווען פאר די קינדער'ס אידישקייט. די געוואלדיגע חילול השם אבער וואס איז ארויסגעקומען דורכאויס די קאורט פראצעדורן האט אנגעמאכט א מורא'דיגע שלעכטע פנים פאר די אידישע קהילות אין די גויאישע וועלט צוליב וואס די גוים האבן געברויזט היתכן מען לאזט נישט די פרויען סערווירן א גט פאר די מענער.

ערליכע אידן אדאפטירן פארדארבענע וועגן
עס האט נישט גענומען לאנג ביז ווען אפילו ערליכע אידן האבן אנגעהויבן נאכטוהן די אוטדיים ווען זייערע מערידזשעס האבן אונטערגעבראכן. און ווייל זיי זענען (אויסערליך) ערליך געווען איז נאך פיהל שווערער געווען זיי צו באקעמפן צוליב די שטיצע וואס א טייל רבנים האבן זיי געגיבן וואס האט אנגעמאכט א ריס צווישן גרויסע משפחות און קהילות אין כלל ישראל. אויב האט מען שוין יא אמאל מצליח געווען מיט די הסכמה פון געוויסע דיינים צו פארכאפן דעם מאן און אים צווינגען צו געבן א גט האט מען דאן בכל תפוצות ישראל דעם גט נישט געוואלט אנערקענען צוליב די אומקלארע, פארדאכטיגטע, מצבים אונטער וועלכע די גט איז געגיבן געווארן.

כלו כל הקיצין
די מכה בפטיש איז געווען ווען אין איינע פון די גרעסטע און חשובסטע קהילות אין כלל ישראל האבן הונדערט אידן אויפאמאל אין א שיינעם טאג, אהן קיין שום פריעדיגע ווארענונג, זיך פלוצלונג אויפגעהויבן און איבערגעלאזט זייערע ווייבער און די גרעסטע רבנים פון דעם דור זענען געווען אובד עצות. מ'איז געווען הילפלאז. מען האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו ספראווען מיט אזא פראבלעם. עס איז אנטשטאנען א מהומה ווען אלע פרויען האבן זיך צוזאמגענומען און געגרינדעט א פעמעניסטישע פרויען פאראיין צו פרובירן אויפציוועקן די פוסקים פון דור און ברענגען צו כלל ישראל'ס באוואוסטזיין די שרעקליכע ליידן וואס זיי גייען אדורך שוין הונדערטע יארן אדאנק אזא סארט געפיראכץ. גרויסע פרויען פראטעסטן זענען אדורכגעפירט געווארן ביי די גרויסע צענטראלע שוהלן און קהילה הייזער. אידישע צוזאמקנופטן און ימים טובים ווי כ"א כסלו און ל"ג בעומר זענען פארפלייצט געווארן מיט טויזנטע פרויען וואס זענען ארויס אויסשריין זייערע וויי-געשריי אויף די אינטערדריקונגען וואס זיי גייען אדורך פון מענער וואס אביוזן זיי, פארן אפ, ווערן משוגע אדער קנאיש צעפידלט און לאזן זיי א לעבעדיגע עגונה אינדערצייט וואס זיי די פרויען זיצן נעבעך אפ אינדערהיים אומבאהאלפן איינזאם ווי א שטיין פאר די רעשטע פון זייער לעבן. די לעצטע שטרוי וואס האט צעבראכן דעם קעמל'ס רוקן איז געווען ווען ביי די היסטאריש בארימטע "כינוס עצרת צעקת נשים" דאמענסטראציע, וואס איז פארגעקומען פארנט פונעם בית המדרש הגדול אין קרית יואל, אונטער די פירערשאפט פון רעבעצין דוואשע די טאכטער פון אונטערדרוקער רבי, האבן א מחנה פארביטערטע פרויען אויסגעהאקט אפאר קאר שויבן, צעריסן אפאר ווייסע בערד און באגאסן די מתפללים מיט הייסע קאווע. מאנכע זאגן אז שטילערהייט האבן די פרויען אנגעפירט מיט אן "עצירת ילדים" באיקאט און דאס האט באמת צוגעפירט צו די גרויסע טוישונגען. אלנפאלס, יענע הפגנה איז געווען דאס וואס האט געצווינגען די רבני וצדיקי הדור איינצופירן די געוואלדיגע תקנות וואס האט איבערגעקערט כלל ישראל צו איר פארעם וואס מיר זעהען איר היינט.

"האשה מגרש בגט או בהתפקרות הבעל"
עס האט געמוזט נעמען פאר אזא גדול ופוסק הדור דער בעל שבט הלוי ארויסצוקומען מיט א רעוועלוציאנערע פסק וואס איז דערנאך פארשריבן געווארן לדורות פאר גאנץ כלל ישראל בכל מקומות שהם עד ביאת הגואל במהרה בימינו. דער תקנה וואס זאגט אז "א פרוי האט אליינס א כח צו דערלאנגען א גט כריתות פאר'ן מאן און אזוי זיך אפרייסן פון אים אדער די זעלבע קען זי פארשיקן דעם מאן אויב האט דער מאן פורק געווען עול תורה ומצות, איז געווען אין-דיד די גרעסטע דורכברוך אין אידישע היסטאריע.

ווי אזוי מען זעצט איין די פסוק אין די תורה
כאטש טאקע יעדער קליינע חדר אינגל היינט ווייסט וויאזוי מען לערנט אפ דעם פסוק איז נאך אלס וויכטיג עס איבערצוחזר'ן און זעהן כמה גודל תקנת חכמים, די כח וואס די חכמים האבן ארויסצולערנען און אריינצוטייטשן די פסוקים אין אונזער הייליגע תורה און אויך ווי זיס עס ליגט אין פסוק:

קודם לאמיר א קוק טאן דער פסוק וואס רעדט ביי א נישט אראנזשירטע הייראט:
"כי יקח איש אשה ובעלה, והיה אם לא תמצא חן בעיניו כי מצא בה ערות דבר וכתב לה ספר כריתות ונתן בידה ושלחה מביתו, והלכה והיתה לאיש אחר"
אז א מענטש וועט נעמען א א פרוי און וואוינען מיט איר [רעדט מען אויך ווען די קידושין איז בביאה, דעמאלטס] איז אויב וועט זי אים נישט געפעלן, אדער אויב האט ער געטראפן אז זי איז נישט ערליך [דאס האבן מיר שוין פונלאנג די היתר אפצוגט'ן א פרוי וואס האט אפגעגגליטש פון אידישקייט, אפילו אויב איז עס אן אראנזשירטע מערידזש געווען, משום בה - מכל מקום] זאל ער איר שרייבן א גט, עס גיבן אין איר האנט און איר פארשיקן פון הויז און זי קען זיך גיין וואוינען מיט א צווייטן מאן.

'האשה מגרש בגט' לערנט מען ארויס פון פרשת אמה העבריה - (אראנדזשירטע הייראט)
וכי ימכר איש את בתו, לאמה -- לא תצא, כצאת העבדים.
אז א מענטש וועט פארקויפן [נדן ושושבינים] זיין טאכטער חתונה צו האבן צו א איד וואס לעבט ווי די [גויאישע] פעלקער, זאל זי נישט ארויסגיין ווי א עבד וואס גייט בלויז ארויס מיט א שטר שחרור פון זיין בעלעבאס. וויאזוי ווייס איך אז זי קען ארויסגיין מיט א גט? שטייט ווייטער ויצאה חנם אין כסף. אבער אפשר מיינט חנם ממש חנם? שטייט אבער נאכדעם א אנדערע פסוק, ביי פרשת יפת תואר: "והסירה את שמלת שביה מעליה וישבה בביתך ובכתה את אביה ואת אמה ירח ימים ואחר כן תבוא אליה ובעלתה והיתה לך לאשה", מאכט מען א גזירה שוה: אמה-אמה:

אזוי ווי קידושין ביי יפת תואר איז בשטר ווייל מקיש הויה ליציאה: מה יציאה בשטר, [ווייל דארט איז דאך א נישט אראנדזשירטע מערידזש, ער פאנגט איר אין קריג] אף הויה נמי בשטר. איז די זעלבע דא ביי אמה העבריה - אראנדזשירטע מערידזש: אקיש נמי יציאה להויה: מה הויה איז אויב האט מען נישט קיין געלט ביי א מכר [און די זעלבע ביי (אראנדזשירטע) קידושין] דאן העלפט מאכן א שטר, אזוי אויך אף יציאה נמי, אז מ'קען נישט כסף [ווייל ס'שטייט דאך קלאר "חנם אין כסף] בשטר. אזוי אויך דא ווען ס'נישטא קיין געלט גייט זי ארויס בשטר, אבער טאקע נישט כצאת העבדים וואס קענען נאר באקומען דעם שטר. נאר דא קען זי אויך דערלאנגען דעם שטר אהן דארפן באצאלן א פעני פאר'ן מאן. זעהען מיר פון דא אז אויב האט א פרוי חתונה מיט א מאן וואס הויבט אן אפקערן פון אידישקייט אדער אפילו אויב בלייבט ער יא פרום אבער ער לאזט איר איבער און אנטזאגט זיך פון געבן א גט (ווייל דאס זענען עבדים. זיי קענען נישט באפרייט ווערן ווילאנג דער הער גיבט א שטר שחרור) דאן קען די פרוי אליינס זיך אפגט'ן פון דעם מאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאפטשיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר