בלאט 1 פון 1
כל ישראל ערבים. אויף ווי ווייט?
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 11:10 am
דורך נאך א פשט
איך ארבעט אויסערען שטאט אין א נישט יודישע קאמפעני, מיט מיר ארבעט נאך איין היימישע יונגערמאן וואס פאהרט מיט מיר יעדען טאג (ער פארמאגט נישט א קאר).
איך פאהר יעדען טאג צו מנחה מיט מיין קאר צו א שוהל'עכל דארט אין געגענט. לעצטע וואך האב איך מחליט געווען אז עס איז נישט קיין תכלית און איך מוז אנהייבן מאכן עקסערסייז, האב איך אנגעהויבן וואקן צו מנחה און צוריק, דאס איז 15 מינוט יעדע וועג. מיין חבר האלט אבער נישט ביים וואקן און, נישט האבענדיג א קאר, גייט ער נישט צו מנחה. איך ווייס אויך פאר פאקט אז ער דאווענט נישט שפעטער ווען ער קומט אהיים.
מיין שאלה איז, בין איך מחויב אלץ ערבות צו פאהרן מיט מיין קאר צו מנחה כדי ער זאל קענען מיטפאהרן און דאווענען? אדער דארף איך אים אפשר לאזן דרייווען מיין קאר אליינס צו מנחה – וואס איך האב שטארק נישט קיין חשק צו טוהן?
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 11:15 am
דורך פארוואס?
איך בי נישט קיין פוסק.
אבער אלס וועלכער חיוב דארפסטו וויסן פאר א פאקט אז ער דאוונט נישט שפעטער?
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 11:49 am
דורך נאך א פשט
איך דארף נישט וויסן, אבער למעשה ווייס איך.
מיין נישט פאהרן מיט די קאר איז גורם אז ער זאל נישט דאווענען מנחה
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 12:00 pm
דורך קאווע טרינקער
ניטאמאל קיין הו"א אז ס'נישט דיין אחריות.
וילכו ענוים ויבראו.
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 12:05 pm
דורך געפילטע פיש
און אויב וויל ער נאר פארן אויב דו האסט א לעקסוס, און דו האסט נאר אן אדעסי, ביזטו מחוייב אלס ערבות צו קויפן א לעקסוס? און אויב ביזטו שוין צוריק געקומען פון מנחה און איך קום אן און זאג דיר אז איך וויל דאווענען מנחה, נאר אויב איך האב א רייד, וואלסטו ארויסגעפארן נאכאמאל?
אויב עפעס האסטו א חיוב מחאה עם מעורר צו זיין צו גיין, (אויב מצד ההלכה איז ער מחוייב צו גיין אינמיטן די ארבעט, און ס'איז נישט ווייטער ווי הילוך מיל) און מסתמא איז ביי דעם פאל מצוה שלא לומר את שאינו נשמע.
בד"וו, ווער זאגט דיר ער דאווענט נישט אין די ארבעט ווען דו גייסט צו מנחה?
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 2:58 pm
דורך מבקר
איז די שליח ציבור נישט מוצא העם שבשדה???? אהה אפשר נאר ביי די אידן, אבער ביי אונז "חרדים" איז דאס קעגען אונזער גלויבונג

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 3:57 pm
דורך דריידל
שליח ציבור איז מוציא נאר דער וואס קען נישט אליינס דאווענען און אויך דארף מען אויסהערן יעדעס ווארט.
לגבי ערבות, זעה איך נישט קיין שום חיוב, ווי געפילטע האט עס גוט ארויסברענגען. נאר אויב נעמסטי אים יא מיט דיין קאר ביסטי מזכה א צווייטע איד מיט א מצוה
נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 7:18 pm
דורך מאטי
אויב איז יענער א בחור איז דא א ספעציעלע נומבער וואו צו רופן מודיע זיין.
נשלח: מוצ"ש מאי 24, 2014 10:39 pm
דורך נאך א פשט
איהר זענט אלע מן הסתם גערעכט. איך האב אבער אזא שטיקל גילטי קאנטשענס אז פאר א האלבע יאהר האט ער געדאווענט יעדען טאג און איך בין דער גורם פארוואס ער דאווענט יעצט נישט.
@געפילטע, איך ווייס דאס פאר א פאקט אז ער דאווענט נישט, ווען נישט פיהל איך נישט אזוי שלעכט.
נשלח: מוצ"ש מאי 24, 2014 11:28 pm
דורך דריידל
די ביסט גארנישט גורם. סך הכל טיסטי לפנים משורת הדין ווען די נעמסט אים יא און ביסט אים מזכה מיט תפילה בציבור
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 1:21 am
דורך יואליש
אם תמצי לומר אז דו ביסט יא מחיוב אים צו דרייווען, איז די שאלה אויב האט ער פארגעסן יעלה ויבא ביזטו מחיוב אים צו טראגן צו אן אנדערע שול ווי ער קען איבערדאווענען בציבור?
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 1:47 am
דורך ברעט מענינג
אפשר הייבסטו אן צו עסן אביסל ווייניגער און פטור אן עסק?
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:11 pm
דורך נאך א פשט
ברעט מענינג האט געשריבן:אפשר הייבסטו אן צו עסן אביסל ווייניגער און פטור אן עסק?
דאס איז שוין א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בו