בלאט 1 פון 2
פויבסט קימט באזיכען ארצינו הקדושה און מאכט אן א חאזעריי
נשלח: מוצ"ש מאי 24, 2014 10:57 pm
דורך טיטאניק
דער נייער פויבסט פארנציסקא קימט צי פארען קיין ארץ ישראל און מאכט אן א חאזעריי און א מהומה
עס איז יודע אז ארץ ישראל ארצינו הקדושה אשר עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה ועד אחרית ציט צי זיך נישט נאר אידען, נאר אויך אסאך אנדערע רעליגיעס להבדיל ווי די מאסלימס און די קריסטען וועלכע ריפען דאס "האלי לענד"
יעדער פויבסט האט געצילט צי קימען באזיכען די הייליגע לאנד און איבער לאזען דארט עפעס מושב אדער א אחיזה כלשהו
ליידער ישראל כשיורדים פארגעסען זיי וואס זיי זענען און זענען שוין באלד ערגער ווי דער גוי, און יעדעס מאל באקימט נאך דער פויבט א הערליכע קענגיליכע אויפנאמע אין די מדינה, ווען די גאנצע מדינה ווערט איינגעשפאנט פאר דעם צערעמאניע ווער דער ראש הטמאים קימט צים הייליג לאנד
יעדעס מאל עסען זיך די ערליכע אידען דאס געזינטצי ציקיקען ווי אידען וואס זייערע זיידעס זענען געקוילעט געווארען דארעך די קירכע במשך אלפי שנות גלות נעמען אויף דעם ראש הקירכע מיט אזא כבוד
עס הייסט אז ציליב דער פויבסט האבען זיי געוואלט פארשפארען די כותל המערבי פאר מתפללים ציליב זיין באזיך
אזוי אויך קען מען נישט ארויף גיין אויפען ציון פון הצדיק ר' שלאמקע זוויהלער זצ"ל וועמענס יארצייט געפאלט אויס אין די טעג ווען דער טמא גייט זיין דארט אין געגענט, אין ציליב זיין זיכערהייטס פארשפארט מען הר הזיתים פאר מתפללים
נאכדעם הייסט אז די מדינה וויל שענקען די קבר פון דוד המלך פאר די קירכע און מיט דעם געבען רשות פאר די קירכע צי עפענען דארט א גאנצע בית תפלה פאר די נוצרים
עס טיט זיך א געטימל אין לאנד און ארים די וועלט היתכן אז אידען זאלען אזוי נידעריג זיין און אזוי אויפנעמען דער ראש הקריכע פארגעסענדיג זייער רוצחישע בליטיגע עבר מיט עם ישראל
נאכמער איז בכלל כסדר לעבעדיג מיט די קירכע ווייל גאנצטע שטחים אין ארץ ישראל באלאנג פאר די קירכע שוין פון אסאך יארען ציריק
בקיצור ווער עס קען זאל דאס פארברייטרען
נשלח: מוצ"ש מאי 24, 2014 11:01 pm
דורך קאווע טרינקער
די חזיריי מאכן די פרומע אידן.
נשלח: מוצ"ש מאי 24, 2014 11:05 pm
דורך קאווע טרינקער
ווער איז דער הרב?
נשלח: מוצ"ש מאי 24, 2014 11:08 pm
דורך טיטאניק
קאווע טרינקער האט געשריבן:די חזיריי מאכן די פרומע אידן.
הסבר?
Rabbi Avraham Skorka
נשלח: מוצ"ש מאי 24, 2014 11:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'דא אויך א שיינע לאנגע אינטערוויו מיט אים אויף CNN איך קען עס יעצט אבער נישט טרעפן. 60 מינוט האט אויך געהאט מיט אים א אינטערוויו 2 חדשים צוריק.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=J1gqlnnqWh0[/youtube]
נשלח: מוצ"ש מאי 24, 2014 11:14 pm
דורך קאווע טרינקער
טיטאניק האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:די חזיריי מאכן די פרומע אידן.
הסבר?
מחאות און קולות.
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:12 am
דורך שמעקעדיג
קאוועלע,
השנאה מקלקלת את השורה מיינט מען נישט בכגון דא?
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:32 am
דורך [NAMELESS]
פויפסט האט באזיכט די וואנט וואס איזרעיל האט געמאכט פאר די פאלעסטינע. ער האט גערעדט פון די "סטעיט אף פאלעסטיין"
http://m.forward.com/articles/198843/po ... ise-visit/
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:44 am
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:קאוועלע,
השנאה מקלקלת את השורה מיינט מען נישט בכגון דא?
האסט געזעהן די פראטעסטען וואס מאנכע מאכן אין ישראל?
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 11:50 am
דורך [NAMELESS]
מעסעזש פון ביבי
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 1:00 pm
דורך ברסלבער
טיטאניק האט געשריבן:אזוי אויך קען מען נישט ארויף גיין אויפען ציון פון הצדיק ר' שלאמקע זוויהלער זצ"ל וועמענס יארצייט געפאלט אויס אין די טעג ווען דער טמא גייט זיין דארט אין געגענט, אין ציליב זיין זיכערהייטס פארשפארט מען הר הזיתים פאר מתפללים
נאר פאר קארס, נישט פאר פיסגייערס.
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:40 pm
דורך מ גפני
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 2:42 pm
דורך סאשי פיש
גוט!!!!
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:54 pm
דורך [NAMELESS]
מ גפני האט געשריבן::)
דאס איז נישט די יעצטיגע פויפס
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 9:38 am
דורך לאליפאפ
די ליכוד פארטיי האט שוין פארשפראכן עטליכע וואכן צוריק אז קבר דוד ווערט נישט איבערגעגעבן פאר קיינעם נישט. און ווי אועך האבן שוין מערערע פויפסטן באזוכט ישראל מיט גרויס פאמפע, לידיעת כבוד פותח האשכול.
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 9:44 am
דורך סאשי פיש
מיטן כותל רב.
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 10:25 am
דורך טיטאניק
לאליפאפ האט געשריבן:די ליכוד פארטיי האט שוין פארשפראכן עטליכע וואכן צוריק אז קבר דוד ווערט נישט איבערגעגעבן פאר קיינעם נישט. און ווי אועך האבן שוין מערערע פויפסטן באזוכט ישראל מיט גרויס פאמפע, לידיעת כבוד פותח האשכול.
נישט קיין סוד
יעדעס מאל איז געווען יום טוב
און עס איז זייער נישט אויסגעהאלטען אזוי ווי דער ליבאוויטשער רבי האט געזאגט
אז דער פויבסט האט נישט קיין טענות אז דער אראבער איז עם נישט אזוי מכבד און האט נישט קיין טענות אז די אנדערע פראקציעס אין די קיסטליכע מחנה איז עם נישט אזוי מכבד, ער פארשטייט עס זייער גיט און קימט נישט מיט קיין טענות, און פארוואס דא ביי אינז אידען ווי אינז זעמער געשאכטען און געפייניגט געווארען דארעך זיינע שלוחים במשך דורי דורות זאלען מיר זיין דער וואס נעמט עם אזוי שיין אויף?
און יעצט איז געווען די זעלבע זאך, דער פויבסט איז געקימען צים כותל, מען האט אפגעליידיגט די כותל פון מתפללים לכבודו פון דער שיכור, און קיינער האט עם קיין ווארט נישט געזאגט וועגען די ציילעם וואס העגנט אראפ אויף זיין בויך, קיינער האט עם קיין פיפס נישט געזאגט "סליחה אבער זיי מכבד דעם מקום קדוש",
און אז מען לאזט זיך אזוי שיין פארוואס זאל ער דאס באהאלטען?
אבער ווען ער איז ארויף אויף די הר הבית האט מען עם קלאר געזאגט אז אויב קימט ער ארויף מיט דעם ציילעם גייט זיין לעבעדיג, די אראבער גייען עם מאכען גרויסע בזיונות, ער האט דאס געהערט האט ער שיינערהייט באהאלטען זיין ציילעמעל
סא פארוואס מיזען מיר אידען אייביג זיין די "מה יפית'ניקעס"? דער אראבער קימט אן אסאך שענער ווי אינז אלע כאטש ער האט נישט געזינגען דעם מה יפית, און מיר אידעלעך וואס זענען "אזוי מקפיד" צי זיין מענטשליך מיר באקימען אנשטאט הכרת הטוב באקימען מיר בריקעס?
אלא מאי אז עס איז שוין געקימען די צייט אז אידען זאלען זיך נישט אזוי שעמען מיט זייער היסטאריע און אנהייבען פארדערען אביסעל כבוד פאר זייער רעליגיע ווייל אויב די וועסט זיך נישט מכבד זיין פארוואס זאל דיר דיין שונא מכבד זיין? פאדער דיינע רעכטען וועט מען עס דיר געבען!
דברי האדמור מחבד:
http://www.ch10.co.il/news/24656/#.U4NNlfldVHU
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:24 am
דורך הדד בן בדד
טיטאניק האט געשריבן:לאליפאפ האט געשריבן:די ליכוד פארטיי האט שוין פארשפראכן עטליכע וואכן צוריק אז קבר דוד ווערט נישט איבערגעגעבן פאר קיינעם נישט. און ווי אועך האבן שוין מערערע פויפסטן באזוכט ישראל מיט גרויס פאמפע, לידיעת כבוד פותח האשכול.
נישט קיין סוד
יעדעס מאל איז געווען יום טוב
און עס איז זייער נישט אויסגעהאלטען אזוי ווי דער ליבאוויטשער רבי האט געזאגט
אז דער פויבסט האט נישט קיין טענות אז דער אראבער איז עם נישט אזוי מכבד און האט נישט קיין טענות אז די אנדערע פראקציעס אין די קיסטליכע מחנה איז עם נישט אזוי מכבד, ער פארשטייט עס זייער גיט און קימט נישט מיט קיין טענות, און פארוואס דא ביי אינז אידען ווי אינז זעמער געשאכטען און געפייניגט געווארען דארעך זיינע שלוחים במשך דורי דורות זאלען מיר זיין דער וואס נעמט עם אזוי שיין אויף?
און יעצט איז געווען די זעלבע זאך, דער פויבסט איז געקימען צים כותל, מען האט אפגעליידיגט די כותל פון מתפללים לכבודו פון דער שיכור, און קיינער האט עם קיין ווארט נישט געזאגט וועגען די ציילעם וואס העגנט אראפ אויף זיין בויך, קיינער האט עם קיין פיפס נישט געזאגט "סליחה אבער זיי מכבד דעם מקום קדוש",
און אז מען לאזט זיך אזוי שיין פארוואס זאל ער דאס באהאלטען?
אבער ווען ער איז ארויף אויף די הר הבית האט מען עם קלאר געזאגט אז אויב קימט ער ארויף מיט דעם ציילעם גייט זיין לעבעדיג, די אראבער גייען עם מאכען גרויסע בזיונות, ער האט דאס געהערט האט ער שיינערהייט באהאלטען זיין ציילעמעל
סא פארוואס מיזען מיר אידען אייביג זיין די "מה יפית'ניקעס"? דער אראבער קימט אן אסאך שענער ווי אינז אלע כאטש ער האט נישט געזינגען דעם מה יפית, און מיר אידעלעך וואס זענען "אזוי מקפיד" צי זיין מענטשליך מיר באקימען אנשטאט הכרת הטוב באקימען מיר בריקעס?
אלא מאי אז עס איז שוין געקימען די צייט אז אידען זאלען זיך נישט אזוי שעמען מיט זייער היסטאריע און אנהייבען פארדערען אביסעל כבוד פאר זייער רעליגיע ווייל אויב די וועסט זיך נישט מכבד זיין פארוואס זאל דיר דיין שונא מכבד זיין? פאדער דיינע רעכטען וועט מען עס דיר געבען!
דברי האדמור מחבד:
http://www.ch10.co.il/news/24656/#.U4NNlfldVHU
זייער גוט געזאגט טיטאניק, בשם דעם ליובאוויטשער רבי'ן. אן עקל צו זעהן ווי די מה יפית'ניקעס טאנצן דעם טאנץ פאר דעם מקור הטומאה פון די עבודה זרה.
נאר איין קשיא וואלט איך געוואלט פרעגן, ווער זענען געווען די וועלכע האבן געמאכט דעם קול ענות חלושה וועלכע מען האט משתיק געווען פון וועמען דער ליובאוויטשער רבי רעדט?
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 11:51 am
דורך מבקר
ווער איז מחשיב די קיצונית'דיגע אראבער פארן נישט לאזן פראקטאצירן רעליגיע???? וויאזוי וואלט מען אנגעקוקט עם ישראל ווען ס'דא איינער וואס וויל אנהייבן א פרישע בלאט, און מען לאזט אים נישט???
איין זאך צו וואס איך קען צוגלייכן די שיטה איז צו מיין זיידעס געפילן קעגען אונגארן, ער וויל נישט הערן פון זיי און וויל נישט וויסן פון זיי. אבער פארשטייט זיך אז איך און אלע ארימיגע לאכן אים אויס, ווי כאילו זיי ווערן עפעס אפגעטוהן

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 12:11 pm
דורך סאשי פיש
דעם פויפסט...
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 12:13 pm
דורך טיטאניק
ווער רעדט דא פון מאכען א בהלה?
מען קען אלעס אלעדיגען היינט מיט דיפלאמאטיע, יא לאזען וויסען אז דאס קען יא גיין און דאס נישט
איך כאפ נישט פארוואס די זעלבע פרייע וואס לאכען אפ פון זייער אייגענע רעליגיע מיט אזא האס און שנאה און פרעכקייט קענען דא פליצלינג ווערען אזעלכע רעליגיע סימפאטיקער און פליצלינג נישט וועלען טשעפען די אפגעגאלטע האר פון דער פאפ?
ישראל כשיורדים אוי השם ישמרנו