בלאט 1 פון 1

פרישע אסיפה - והיה מחנינו קדוש

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:12 am
דורך ידען
קוים האט מען גענדיגט די נעכטיגע מסיבה און נייע פלאקאטן זענען דא אויף גאסן פון א פרישע אסיפה וואס גייט פארקומען אבער האט נאכנישט קיין פרטים.

גרויסע ווערטער ״והיה מחנינו קדוש״ זענען אויף די סיין און נאכדעם אין קליינע ווערטער פרטים יבואו.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:21 am
דורך שמואל הלוי
דארט גייט מען האקן קעגן סעלפאנס מיט אינטערנעט... ס'איז נולד געווארן לאור דרשת אב"ד שארמאש פארגאנגענעם ל"ג בעומר, ווי ער האט צווישן אנדערע זייער שטארק געהאקט קעגן די סעלפאנס וואס האבן אדער קענען האבן קאנעקשאן צום אינטערנעט.

אין קרית יואל גייט זיין היינט נאכט אן אסיפה אינעם ביהמ"ד פון די בני יואל קהילה "קהל חרדים".

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:24 am
דורך ידען
קען זיין אז סע איז די אסיפה וואס שאפראן׳ע רב האט גערעד פון?

קען זיין אז די וויקטים׳ס האבן נעכטן געזעהן זייער מעכטיגע סוקסעס, ווילן זיי מאכן א אייגענע אסיפה?...

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:28 am
דורך שמואל הלוי
ידען; זעסט נישט מיין אויבערשטע תגובה?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:39 am
דורך ידען
שמואל הלוי האט געשריבן:דארט גייט מען האקן קעגן סעלפאנס מיט אינטערנעט... ס'איז נולד געווארן לאור דרשת אב"ד שארמאש פארגאנגענעם ל"ג בעומר, ווי ער האט צווישן אנדערע זייער שטארק געהאקט קעגן די סעלפאנס וואס האבן אדער קענען האבן קאנעקשאן צום אינטערנעט.

אין קרית יואל גייט זיין היינט נאכט אן אסיפה אינעם ביהמ"ד פון די בני יואל קהילה "קהל חרדים".

זיכער גייט מען דארט סאך מער אויפטוהן ווי ביי די כינוס ווייל דא וועט מען דאך נישט זיצן צוזאמען מיט די פושעים פון לעיקוואד...

שמואל

יעצט זעה איך.

טאקע די זעלבע זאך?

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:53 am
דורך שמואל הלוי
די אסיפה "והיה מחנינו קדוש" איז בעיקר קעגן סעלפאנס מיט אינטערנעט.
מסתמא וועט מען אבער אויך רעדן קעגן אינטערנעט בכלל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 9:49 am
דורך לעמיל
וי גייט עס זיין אויך אין קאנטינענטעל?