בלאט 1 פון 2

פארברענען א מגן דוד? פערדן!

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:14 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלד, וואס איז געווארן מיט אונז קנאים?

די פארגאנגענע וואך איז ארומגעפארן א קליפ ווי עפעס א קנאי'שע ישיבה, ערגעץ וואו אין די צוריקגעשטאנענע אייראפע, פראוועט א ל"ג בעומר מיט א באזונדערע שמחה? ס'איז געווען א דאפלטע שמחה: מען האט געמאכט א הדלקה לכבוד רבי שמעון און מען האט פארברענט א... מגן דוד!

פוסטע משוגעים, וואנזיניגע עמי הארצים. דער מגן דוד וואס איז פאר יארן לאנג באוואוסט געווען אלס איינע פון די הייליגסטע סימבאלן פון כלל ישראל, דער מגן דוד וואס איז יסודתו בהררי קודש פונעם הייליגן אר"י הקדוש און דער ספר רזיאל המלאך, און ס'ליגט דערין געוואלדיגע סודות ע"פ קבלה, אזש דער אר"י הקדוש האט אויסגעשטעלט די קערה ביים סדר טיש אין פארעם פונעם מגן דוד, האבן די שוטים פארברענט און געטאנצן מיט שמחה ארום דעם פייער, אזוי ווי די אנטיסעמיטן אין אלע דורות וועלכע האבן געטאנצן ארום די הדלקות אין וועלכן זיי האבן פארברענט ספרי תורה תלמוד בבלי.

איך געדענק ווען איך בין געווען א יונגל האט מיין מלמד, אן עלטערער דורכגעווייקטער סאטמארער חסיד, גערעדט צו אונז קינדער און אונז מסביר געווען אז דער מגן דוד איז א הייליגער סימבאל, און אין דער אלטער היים האט זיך עס געפינען אויף יעדן בית הכנסת, ארון קודש, און פרוכת, נאר וויבאלד די ציונים האבן עס געמאכט אלס זייער סימבאל באניצן מיר זיך מער נישט דערמיט. (ענליך האט ער אויך געזאגט ווען ער האט מסביר געווען פארוואס מיר גייען נישט צום כותל.)

די נטורי קרתא איז געגאנגען א טריט ווייטער און פארברענט דעם דגל הציוני. דאס איז שוין געווען איבערגעטריבן, אבער אקעי, מען קען עס נאך פארנעמען. יעצט אבער קומען די עשבים שוטים און געבויט א מגן דוד אליין און עס פארברענט. און מען זעט נאך ווי די נארישע מחנכים זייערע האבן א זיגרייכן שמייכל אויפ'ן פנים און פרייען זיך מיט די טיפשות. וואס איז נעקסט? מען וועט אויפבויען א כותל און עס אונטערצינדן און טאנצן ארום דעם?

שולדיג אין דעם געפערליכן הפקירות זענען די מחנכים פון די קינדער וועלכע זענען נישט מסביר די קינדער די סאטמארער שיטה. אנשטאט זיי צו ערקלערן אז די אלע זאכן זענען קדוש ומקודש און פארוואס מיר שטייען ווייט דערפון, זאגט מען די קינדער אז דער כותל איז טמא, דער מגן דוד איז טמא, דער מערת המכפילה איז טמא (עפ"ל).

דער רבי זי"ע וואלגערט זיך אין קבר פון גרויס צער, וואספארא נאראנים ס'איז ארויסגעקומען פון זיין הייליגע שיטה.

דא האט איר א קאפיע פונעם הייליגן רזיאל המלאך. איבער'ס יאר וועט מען דאס אויך אריינווארפן אינעם הדלקה פייער:


ק/פ.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:15 pm
דורך [NAMELESS]
אט דא.

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:20 pm
דורך פישלע העררינג
ממי_שאמרו האט געשריבן:אט דא.

ווער איז דער מחבר פון רזיאל המלאך?

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:36 pm
דורך איחוד פעלד
א ציוני...

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:39 pm
דורך [NAMELESS]
די ארגענעלע איז פון אדם הראשון. דא האסטו א שיינע ארטיקל איבער די היינטיגע.
http://www.hidabroot.org/CommunityDetai ... aqID=17428

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 7:57 pm
דורך גאלד
איך בין אפי' שטארק מסופק צו ס'אויסגעהאלטן צו פארברענען א היימיש געמאכטע פאן,
דער ספעציפישער פאן איז דאך קיינמאל נישט געווען קיין סימבאל פון די ע"ז, די האסט דאך עס אליינס פאבריצירט, און למעשה ליגט דארט א מגן דוד,

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
ממי שאמרו: איך האב אלס קליין יונגל געלערנט אין אן אזוי גערופענע "סאטמאר'ער" תלמוד תורה. און אינז האבן געלערנט פון חומשים געדרוקט דורך "היברו פאבלישינג קא. (ר"ל) . מיט א מגן דוד אויפ'ן קאווער. נאר איך מיין אז די היינטיגע גרויסע קנאים זענען נאך דאן אפילו נישט געוועין קיין עובר במעי אמם... 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 8:39 pm
דורך berlbalaguleh
ממי שאמרו: ייש"כ פאר ברענגען דעם קאפי פונ'ם ספה"ק רזיאל המלאך. אבער די היינטיגע פערדן און זייער לערערס כדוגמת דער טעראריסט המכונה ישראל מ. סופר. זי"ע (שליט"א). וועלן טענה'ן אז דאס האבן די ציונים אריינגעשמוגלט. אזוי ווי די הארציגע, אמת'דיגע און זיסע ווערטער אין די הקדמה (דף ח') פון ספה"ק ויואל משה... :twisted: :twisted: :twisted: :roll: :evil: :( :cry: :oops: :o

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:06 pm
דורך מבקר
ממי_שאמרו האט געשריבן:שולדיג אין דעם געפערליכן הפקירות זענען די מחנכים פון די קינדער וועלכע זענען נישט מסביר די קינדער די סאטמארער שיטה. אנשטאט זיי צו ערקלערן אז די אלע זאכן זענען קדוש ומקודש און פארוואס מיר שטייען ווייט דערפון, זאגט מען די קינדער אז דער כותל איז טמא, דער מגן דוד איז טמא, דער מערת המכפילה איז טמא (עפ"ל).

דער רבי זי"ע וואלגערט זיך אין קבר פון גרויס צער, וואספארא נאראנים ס'איז ארויסגעקומען פון זיין הייליגע שיטה.

עס דערמאנט מיך א ווערטעל וואס מ'האט געזאגט ביי אונז אין חדר "יא גיין צום כותל, נישט גיין צום כותל,נא ס'איז דא שיטות אין דעם, אבער וואס הכל מודים איז אז דער וואס האט עס געבויעט גייט ברענען אין גיהנם" :lol:

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:08 pm
דורך פארוואס?
ממי_שאמרו האט געשריבן:די ארגענעלע איז פון אדם הראשון. דא האסטו א שיינע ארטיקל איבער די היינטיגע.
http://www.hidabroot.org/CommunityDetai ... aqID=17428

חוץ פון הידברות איז דא נאך א מקור אז די ארגינעלע איז פון אדם הראשון?

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:08 pm
דורך מבקר
ממי_שאמרו האט געשריבן:די ארגענעלע איז פון אדם הראשון. דא האסטו א שיינע ארטיקל איבער די היינטיגע.
http://www.hidabroot.org/CommunityDetai ... aqID=17428

ס'איז דא עפעס א ווארט וועגען דעם פון די נביא בן הבתולה פיגא, ווער ס'געדענקט וואס זאל ביטע מפרסם זיין

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:09 pm
דורך מבקר
פארוואס? האט געשריבן:חוץ פון הידברות איז דא נאך א מקור אז די ארגינעלע איז פון אדם הראשון?

אזוי שטייט דארט אינעווייניג

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:21 pm
דורך מבקר
וכשחלה רבי יוחנן בן זכאי נכנסו תלמידיו לבקרו. כיון שראה אותם התחיל לבכות. אמרו לו תלמידיו: נר ישראל,עמוד הימיני, פטיש החזק, מפני מה אתה בוכה? אמר להם: אילו לפני מלך בשר ודם היו מוליכין אותי, שהיום כאן- ומחר בקבר; שאם כועס עלי- אין כעסו כעס עולם, ואם אוסרני- אין איסורו איסור עולם, ואם ממיתני-אין מיתתו מיתת עולם, ואני יכול לפייסו בדברים ולשחדו בממון--- אף על פי כן הייתי בוכה. ועכשיו, שמוליכים אותי לפני מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, שהוא חי וקיים לעולם ולעולמי עולמים; שאם כועס עלי- כעסו כעס עולם, ואם אוסרני- איסורו איסור עולם, ואם ממיתני- מיתתו מיתת עולם, ואיני יכול לפייסו בדברים, ולא לשחדו בממון; ולא עוד, אלא שיש לפני שני דרכים- אחת של גן עדן, ואחת של גיהנם, ואיני יודע באיזו מוליכים אותי, ולא אבכה? ( ברכות כח:)

אמנם אפשר לומר הכוונה, כי בשעה שריב"ז היה חי וקיים, הרי היה הוא מנהיג את הדור, וכולם ראו וידעו את דרכו הברורה וידעו שהוא היה לוחם בבריונים ובשאר דעות נפסדות, ולא היה באפשר לפרש אותו שלא כהלכתו, ובכה ריב"ז ואמר דאחר הפטירה כאשר התלמידים ודורות הבאים יהיו מוליכים אותי, ולא שאני אוליך אותם, מי יודע כיצד יתרגמו אותי וכיצד יפרשו את דרכי וכיצד יציגו אותי בפני הבאים אחרי, וצרה זו גדולה מכל הצרות, ואיך לא אבכה.
[left]ר' יואל טיטלבוים, הרבי מסאטמר, אגדות מהרי"ט, ברכות[/left]

נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 10:16 pm
דורך סאשי פיש
[tag]ממי_שאמרו[/tag]
viewtopic.php?p=201231#p201231

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 10:27 am
דורך דולה ומשקה
ווען א ל"ג בעומר פייער לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי מיינט פארברענען א פאן.
דער איז א דיירעקטע כח הפועל והנפעל פון דער ויואל משה אליין.

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 10:37 am
דורך גאלד
וועלכער קהלה/ישיבה איז דאס?

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 10:41 am
דורך מ גפני
תורת חסד לאנדאן בהנהלת הרב חיים יודא באב"ד

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 3:02 pm
דורך סאשי פיש
מענין לענין

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 3:10 pm
דורך דולה ומשקה
איז די שאלה צו דער ישיבה תורת חסד האט געמעגט אריין ברענגן א מגן דוד איינס ווייס און איינס בלוי צו זיי אין חצר.
אויסער אויב כ'וועל זאגן אז לשם 'לעג' מעג מען יא.

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 3:41 pm
דורך לית דין בר נש
דולה די דערמאנסט מיר א מעשה וואס איך האב אמאל גיהערט
ר' עמרם בלוי האט אמאל שפאצירט מיט זיין שוועסטער קינד ר' משה בלוי וואס איז גיוועהן אן אגדאי אין אזוי שפאצירנדיגע האט ר' עמרם געברויכט ארויסגיין זיי זענען פונקט דוירך די בנין פון מוסד הרב קוק (אזוי הייסט די בנין נישט מיין טיטול) האט ר' עמרם געזאגט אז ער גייט אריין א מינוט האט ר' משה אים גיפרעגט איך פארשטיי נישט מעג מען אריין גיין אין אזא בנין? זאגט אים ר' עמרם אריין גיין טאר מען נישט אבער ארויסגיין מעג מען יא!!!

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 3:54 pm
דורך גאלד
יא געזעהן די וואך

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 3:58 pm
דורך גאלד
אגב בעיני ראיתי ר' יחזקאל ראטה פארן מיט אל-על, ומי יבוא אחריו

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 4:00 pm
דורך שמעקעדיג
גאלד האט געשריבן:אגב בעיני ראיתי ר' יחזקאל ראטה פארן מיט אל-על, ומי יבוא אחריו

איך אויך (נישט די ניק).

אבער דו ברענגסטו מיר א ראי' פון איינעם וואס האט זיך געטראפן מיטן בעלזער??..........