בלאט 1 פון 2
האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 9:54 pm
דורך עפל סיידער
מיט זעקס יאר צוריק איז די לעלוב-ביתר רבי נפטר געווארען, אצינד איז געקומען די רייע אויפען זון אן אכצען יעריג בחור צו פירען דאס חסידות על מי מנוחות.
orig_454f76bda69b4fcab6c8f62faa07f2d3-1.jpg
orig_86af225a03814727b5bfc01147d0ef7d-1.jpg
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 11:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
ער קוקט גראדע אויס ווי א כלי
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 11:46 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דער בעכער אויף וואס ער בענטשט איז זיכער נישט קיין כלי
נשלח: זונטאג מאי 25, 2014 11:48 pm
דורך קאווע טרינקער
מיט וואס איז ער לעלובע רבי? ער רייכערט?
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 12:55 am
דורך עפל סיידער
די רבי שליט''א איז ממתיק בסוד שיח
orig_4581f532f8e14cad9ffdf3c99f61ae70-1-1-1.jpg
די רבי זאל זיין געזונט איז שופך שיח בעת תפילתו
orig_e74baddda0084599ae083558aea2597b-1.jpg
א שטיקעל ביאגראפיע פון רבי'ן
לא בכל יום עורך בחור בן 18 טיש לקהל חסידים - בהשתתפות אדמו"רים, רבנים, משפיעים ואישי ציבור.
לפני שלש שנים חשפנו כאן ב'בחדרי חרדים' את דבר קיומו של הינוקא הצעיר מלעלוב ביתר, אשר אביו האדמו"ר רבי שמעון נתן נטע בידרמן זצ"ל מלעלוב ביתר נפטר עליו בעודו ילד, ולראשונה הוא ערך את שולחנו בגיל 15. אביו האדמו"ר זצ"ל קבע את מקום מושבו בביתר עילית, שם התאספו סביבו מעריצים רבים, ועם פטירתו נותרו בני קהילתו ללא אב ומשענת ובתוכם ילדים יתומים.
אמש (א') ערך בנו הבחור יהודה זונדל בידרמן בן ה-18, תלמיד ישיבת 'מאור עיניים' רחמסטריווקא, את שולחנו באולמי הגפן בעיר. בטיש השתתפו בין השאר האדמו"רים מנדבורנא, סטניסלב, דינוב, ראזלא, המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידרמן, וראש עיריית אלעד ישראל פרוש. מספר מעריצים של אביו האדמו"ר זצ"ל הגיעו לישראל לרגל ההילולא. בסעודת ההילולא חילק הבן לחיים ואף בירך על הכוס לברכת המזון.
אחד החסידים מסביר ל'בחדרי חרדים' כי הבן עדיין לא משמש כרבי, אך בעז"ה כאשר יינשא - יחל לשמש בפועל בכל גינוני האדמו"רות.
נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 3:14 am
דורך הדד בן בדד
עפל סיידער, אין א"י זאגט מען אויף אזא זאך: שטויות במיץ ענבים. אין אידיש, שטותים מיט לאקשן.
עס איז געווען א יארצייט סעודה נאך זיין טאטן, נישט קיין טיש, נישט קיין פירעכץ, גארנישט, ס"ה א יארצייט סעודה, און מען האט דעם זוהן געגעבן צו בענטשן. כ'מיין, פאר וועמען דען זאל מען געבן צו בענטשן אויב נישט פארן זוהן פון דעם נפטר.
איך ווייס נאך נישט צו דער לעלוב'ער ביתר רבי האט געהאט בכלל חסידים, און אויב יא וועט דער זוהן מן הסתם איין טאג ווערן רבי, און אפשר גאר וועלן די חסידים שטיין און ווארטן אויף אים ביז ער ווערט רבי, און אפשר נישט. אבער דערווייל עכ"פ איז ער זיכער נישט געווארן נישט קיין רבי און נישט קיין חצי רבי.
אינגאנצן איז דער נארישער סייט בחדרי געווארן עקסייטעד אז זיי קענען האבן אן אינטערעסאנטע עקסקלוסיוו נייעס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:23 pm
דורך [NAMELESS]
http://m.youtube.com/watch?v=j8kwSsa4zukא אינטרעסאנטע קליפ פון זיין אלטער זיידע הרה״ק ר׳ משה מרדכי זי״ע מלעלוב
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:11 pm
דורך גיבור
א חתן געווארן מיט קוזניצער רבי'ס טאכטער.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:17 pm
דורך שלמה המלך
א ינוקא א רבי איז נישט קיין נייע ערשיינונג, עיין בחסידי סטאלין וכדו' כ"ש א בחור פארוואס דען נישט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:38 pm
דורך berlbalaguleh
גיבור האט געשריבן:א חתן געווארן מיט קוזניצער רבי'ס טאכטער.
מזל טוב! דער זיווג זאל עולה יפה זיין עד מאה ועשרים.
איך האב נאר איין קליינע הערה: מיין רבי שליט"א האט אויך אן אייניקל וואס איז פיהר יאר אלט עמו"ש. ער איז זייער א באחנ'ט יונגעלע. ער איז שוין גרייט צו פיהרן טיש. אדער א באטע. ער טיילט שיריים פון די קענדיס וואס ער ברענגט מיט פון שטוב. אדער באקומט אין ביהמ"ד...ער קען שוין האלטן א סידור'ל אין די הענט. און איבערזאגן אלף בית. מיט נקודות... אן עולם חסידים פארזאמלט זיך א יעדן שבת אינדערפריה צו הערן דעם צוקונפטיגן אדמו"ר איבער זאגן די א"ב מיט אזא מתיקות וואס דערמאנט אינז אלע אין מעמד הר סיני...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:03 pm
דורך דולה ומשקה
דער רבי שליט"א אליינס בכבודו בעצמו אינטערן חופה... ביים אייגענע מצוה טאנץ... אשרי עין ראתה כל אלה!!!
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:35 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
עס קומט אריין די נייעס אז דער רבי שליט"א גייט חתונה האבן י"ט סיון הבעל"ט און באקרוינט ווערען אפציעהל אלס ממשיך אבותיו הקדושים לבית לעלוב
דערווייל האט דער רבי געפירט די לעצטע טיש אלס בחור איידער די אפציעלע הכתרה.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:40 pm
דורך איש את רעהו
הדד בן בדד האט געשריבן:עפל סיידער, אין א"י זאגט מען אויף אזא זאך: שטויות במיץ ענבים. אין אידיש, שטותים מיט לאקשן.
עס איז געווען א יארצייט סעודה נאך זיין טאטן, נישט קיין טיש, נישט קיין פירעכץ, גארנישט, ס"ה א יארצייט סעודה, און מען האט דעם זוהן געגעבן צו בענטשן. כ'מיין, פאר וועמען דען זאל מען געבן צו בענטשן אויב נישט פארן זוהן פון דעם נפטר.
איך ווייס נאך נישט צו דער לעלוב'ער ביתר רבי האט געהאט בכלל חסידים, און אויב יא וועט דער זוהן מן הסתם איין טאג ווערן רבי, און אפשר גאר וועלן די חסידים שטיין און ווארטן אויף אים ביז ער ווערט רבי, און אפשר נישט. אבער דערווייל עכ"פ איז ער זיכער נישט געווארן נישט קיין רבי און נישט קיין חצי רבי.
אינגאנצן איז דער נארישער סייט בחדרי געווארן עקסייטעד אז זיי קענען האבן אן אינטערעסאנטע עקסקלוסיוו נייעס.
עס קוקט יא אויס ווי א ערנסטע נייעס
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:03 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
Re: האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 8:11 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
פאריגע וואך געוועהן די טאטעס יארצייט.
אויב גייט ער זיין אוי ווי זיין פאטער בין איך א פייערדיגע חסיד
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 10:04 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
איך הער אויף זיין טאטע'ן עניינים נשגבים ממש פלאי פלאות, כהאב נישט געוויסט בחייו אז ער איז געוועהן אזוי גרויס, חבל.
קען דאס איינער באשטעטיגען?
Re: האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:22 am
דורך גרויסע מענטשעלע
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:איך הער אויף זיין טאטע'ן עניינים נשגבים ממש פלאי פלאות, כהאב נישט געוויסט בחייו אז ער איז געוועהן אזוי גרויס, חבל.
קען דאס איינער באשטעטיגען?
כפלעג גיין צו איהם ווען ער פלעגט זיין אין נ.י.
אייביג איז געוועהן טערעסאנטע עפיזאדן כגדענק נאך אביסעל זיין פאטער ר' אברהמלע מענטשען פארציילען גרויסע זאכן. אבער אויף ר' שמעוןלע האב איך מיט געהאלטן כמה פעמים אין דאס איז אלעס קראנט וואס מקען זיך נאך פרעגן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 8:22 pm
דורך נקודת-אמת
.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:37 pm
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:דער רבי שליט"א אליינס בכבודו בעצמו אינטערן חופה... ביים אייגענע מצוה טאנץ... אשרי עין ראתה כל אלה!!!
דולה ומשקה: איך בין זיכער אז די נייע רבי שליט"א וועט האבן עפעס א נייעם ..."טוויסט"... ביי זיין מצוה טאנץ... עפעס וואס דער עולם (גולם) האט נאכנישט געזעהן. עפעס אריגינאל...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:59 am
דורך לבי ובשרי
ווי אויסגעשמועס אינעם אשכול
לעלובער רבי בעל רוח הקודש איז די רעדע פון צוויי באזונדערע אנשי שם, ערשטע קוזינעס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:20 am
דורך נקודת-אמת
לבי ובשרי האט געשריבן:ווי אויסגעשמועס אינעם אשכול
לעלובער רבי בעל רוח הקודש איז די רעדע פון צוויי באזונדערע אנשי שם, ערשטע קוזינעס.
ווי איך האב שוין געשריבן אין אשכול
הנ"לזענען זיי גאר ווייטע קאזינס
אפשר שביעי בשביעי אפשר מעהר ווייטער.
Re:
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:06 am
דורך כספי
הדד בן בדד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 26, 2014 3:14 am
עפל סיידער, אין א"י זאגט מען אויף אזא זאך: שטויות במיץ ענבים. אין אידיש, שטותים מיט לאקשן.
ואני שמעתי שטויות במיץ עגבניות....
Re: האדמו''ר מלעלוב הבחור יודא זונדל בידערמאן שליט''א
נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:05 pm
דורך רעבמאטעס
ער איז שוין למעשה 10 יאר א רבי
ס'האט זיך שוין געמאכט עפעס א הויף?