בלאט 1 פון 1

מקווה דרייערס - א רויבעריי!

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 12:12 am
דורך רוח קדים
קום איך מיך אן מיט מיין שויער זעקל אין סמעדריש, און אלץ וואס איך וויל איז בלויז אריינגיין אין מקווה. כ׳האב נאר אראפגעלייגט מיין בעג אינדרויסן פאר א סקונדע, אפצורייניגן מיינע ברילן. קיין סוד אז רעגן איז לעצטנס אין סטייל. איך זע שוין ווי עפעס א שאור, א ספק-מאלעסטער נישטערט דארט, וואס, אה ניין, ער זוכט זיין מעיל, און ער ברויך אויך א בעג פאר זיין הוט. אנטשולדיגט! געקלערט אפשר ליגט דארט נאר שמות, אדער זילבער פאפיר פון עפעס א מפגר, וואס האט גראדע ערליך געזאגט ברכת המזון, פארט אבער נישט געשפירט פאר וויכטיג צו טראגן דאס איבריגע צום מיסט קאסטן.

בין איך טאקע א חסיד, אבער מקווה געלט צאל איך. לאו דוקא ווייל גניבה איז פון די עשרת הדיברות (הע! בגונב נפשות הכתוב מדבר, חחח. זאג, גראמאטיק פארריכסטו אויך?) נאר פשוט צוליב מענטשליכקייט.

א קארטל האב איך נישט פאר עטליכע סיבות. איינס ווייל יעדן טאג בין איך טועם א צווייטע מקווה, איך רעד זיך איין דארט זענען די האנטוכער ריינער. אז איך זע פארפלעקטע אנגמויזאכטע האנטוכער, ווייס איך נישט וועמענס שולד דאס איז. צו איז דאס דעם ערל׳ס, וואס נעמט נישט די וואשעריי אזוי ערנסט; אדער לעולם וואשט ער יא ווי ס׳ברויך צו זיין, און ס׳האנדלט זיך פשוט פון עטליכע אומערצויגענע חזירים, וועלכע נוצן דעם האנטוך פאר צוועקן שהצניעות יפה להם, אויף אזאנע עקסטרעמע שטאפלן, אזש זיי קומען איבער די מאכטפולע שארפע רייניגונג כעמיקאלן.

וויאזוי ס׳זאל נאר זיין, די וועלכע נעמען האנטוכער אין מער טינקעלע קאלירן, האבן געוויס ווייניגער פראבלעמען. פארט איז דאס מיטברענגן אן אייגנעם האנטוך רעקאמאנדירט, אפילו ווען די מקווה לויפט נישט אויס פון האנטוכער.

סיבה נומער צוויי, איך קום צומאל שפעט אין מקווה, ווארום איך וויל דאך נישט פארפאסן צו הערן די מעשיות אויפ׳ן בעל הילולא. אויך וויל איך נאך קענען טרינקן קאפי ווען ס׳איז נאך דא קאפס, און חלילה פארפאסן דאס לעצטע שטיקל פאליטיק וועלכע אינוואלווד עזריאל גליק׳ס פטירה, פויפסט אין ישראל, און אנגייענדע עדויקעישאן גזירות איבער דער וועלט .

מיטן גיין נאך חצות אין מקווה, האט מען ריוח אויך, אז מ׳טוט פארמיידן שישקערייען ביים שפריצן דיאוידערענט, והעולה על כולם, בריוון אין די אומאפהעניגע ארגאנען איבער דעם בהרג ואל יעבור איסור דאורייתא פון ״זיך זייפן״. שטעלט זיך אבער ארויס דאס גיין אין מקווה נאך חצות צאלט מען א פרייז ס׳מקווה קארטל ארבייט נישט, און באצאלט דערפאר האב איך אומזינסט.

ברויך איך איצט אריינשטעלן צוויי סינגלס אינעם מאשין, ארום וואס ס׳בליטשקענען קאלירפולע לעמפלעך. מ׳קען מיינען איך גרייט מיך אריינצוגיין צו קאסינאויס. די סאבוועי דרייערס משום איזה סיבה זענען איינפאכע. וואטעווער, כאילו איך בין יעצט אויף א מיסיע אפצו׳חוזק׳ן פון זאכן וועלכע שטערט קיינעם, אינקלודינג דעם שרייבער פון די שורות.

הכלל, דער ערשטער דאללער מאכט זיין וועג אריין ווי א וועזאלין געשמירטן בחור, מיטן צווייטן ווידעראום טרעף איך מיך אין מלחמה צושטאנד. איך שטופ אים אריין, און ער טאנצט ארויס. איך פראביר נאך אמאל, אבער ער שפרינגט צוריק. איך גראד אים אויס, און כ׳לייג אים מיטן קאפ אויף ארויף, די גמרא זאגט דאך ״פניו כלפי מעלה סימן יפה לו,״ אבער נישט ביי אונזער פאל. איך פריוו צו לייגן מיטן פיטם אראפ, מיטן עוקץ ארויף -- דער מאשין געהערט קענטליך צו דעם קשה עורף. נישטא קיין ספעציעלע סיבה, אבער דער דאללער מיטן מאשין טרעפן נישט קיין אויסגלייך.
איך טאפ מיינע טאשן פאר א דריטן דאללער, אבער אויך צווישן מיינע טאשן האט דאס שלימאזאלעס באוויזן אריינצודרינגען. איך פראביר אפשר אינעם וועסטל טאש צווישן דעם טאשן זייגער קייטל און לוח המפואר, אבער פונקט איז דאס א פינפער

עוד אני מחפש, והנה, דער מאשין צעפאפט זיך. דאס סקרין לויטעט: אויב לייג איך נישט נאך א דאללער אין א קורץ באגרעניצטער צייט, דאן פארליר איך דעם ערשטן דאללער.

אזוי ווערן נעלם דאלארן פון אידן אויף א טעגליכן פארנעם. גניבה בדרך כבוד. איך קען נישט פארשטיין די חוצפה. אין באנק אז א טרענזעקשאן גייט נישט דורך, פארלירט מען נאכנישט דאס קארטל. אויב איז צוויי דאללער עדמישאן אפצאל פאר דער מקווה, וועל איך דאס גערן צאלן. ס׳וועט מיך נישט שטערן צו צאלן מער ווי צוויי דאללער אויך. וואסי פשט אבער אז דער ערשטער דאללער ווערט פשוט און פראסט ״פארלוירן״. אין אנדערע ווערטער: ״באראבעוועט״. איך ווייס נישט וויפיל דאלארן איך האב שוין אין לויף פון מיינע יארן אנגעוואוירען אין דעם מאסיוון שווינדל. מ׳ברויך לאזן הערן די קול מחאה, אפשר מאכן אן אסיפה קעגן די שטילע קייט- גניבות בית מדרש אייגנטומער האבן באשלאסן צו נוצן אלס מיטל צו שארן געלט. דאס איז נישט איין בית מדרש, נישט צוויי. א סיסטעם פון גניבה וואס גייט אן שוין פאר יארן אין מערערע בתי מדרשים, ואין פוצף פה ומצפצף.

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 12:36 am
דורך קליגער אינגערמאן
[tag]רוח קדים[/tag] טייערער. כ'האב שטארק מיטגעפיל מיט דיר. אז כ'קים אויף מיט עפעס אנייצה העלעכס מיטטיילן.

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 6:47 am
דורך קאווע טרינקער
אפשר פראביר קודם צו לייגען די פארקנייטשטע דאללער, והיה ער נעמט עס אן, לייג שנעל אריין די גראדע דאללער.
פראביר עס פערציג טעג, און זיי מפרסם.

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 1:43 pm
דורך רוח קדים
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר פראביר קודם צו לייגען די פארקנייטשטע דאללער, והיה ער נעמט עס אן, לייג שנעל אריין די גראדע דאללער.
פראביר עס פערציג טעג, און זיי מפרסם.

הדא הוא דכתיב: ״שלימאזאלעס״. זאל דער ערשטער דאללער אויסגעשפיגן ווערן, ווענד איך מיך דאך נישט צו אייך, ערעב קאוועניו

איך הייב שוין אן קאנספירירן אז אפשר איז דאס א חלק פון דער אנטריגע. דעם ערשטן דאללער וועט ער אריינלאזן ״קומט אריין, מאכט אייך באקוועם, זעצט אייך אראפ״. אויב זאל ווען דען דער ערשטער דאללער שטיין ווי א גוסס ביים שוועל, וועט ער דאך שרייען אויף אים: ״אינגעלע, אריין אדער ארויס. דא קען מען נישט שטיין, וויפיל מאל ברויך איך דאס זאגן. זעסט נישט ווי דיין חבר, דאללער נומער צוויי, וויל אריינקומען? אביסל מענטשליכקייט. אין וועלכן חדר האסטו געלערנט״?

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 6:31 pm
דורך רוח קדים
אין אנדערע מקווה-רויבעריי נייעס: מקוואות האבן געטראפן א נייעם וועג וויאזוי צו שפארן געלט. ״מודעה! דורכאויס די זומער טעג, וועט ס׳הייסע בור זיין קאלט״.

א פשוטער חשבון: אויב געוויסע רעסטוראנטן זאגן אז זיי האבן זופ נאר זומער, קען דאך די מקווה טאן דאס זעלביגע. היינו טעמא דרעסטוראנטס, היינו טעמא דמקוואות. אלץ טייטלט מיט די פינגער אויף דער זומער. א פרישער קרבן.

דער חילוק איז אבער, אז ס׳רעסוראנט וועט נישט טשארדשן פאר זופ, אז ער האט נישט.

נשלח: מיטוואך יולי 09, 2014 6:55 pm
דורך פליקער
רוח קדים, מיר טיט מער וויי ווען איך קים אין מקוה, און נישט מער און נישט ווייניגער א אינגער מאן זיצט א פיס אויף א פיס, גרובעלט מיט זיינע נעיגל אויף זיינע הארטע הויט, מירמלט זיך אינטער לי יש חרב בידי, וואלט איך וועין זאגאר אינטערגעשניטן די חלק פון די פיס וואס עס קראצט אים שוידערלעך, דערנאך גענעינט ער זיך צי א ספעציעלע מקום, ווי ער נעמט רייסן די פיס אויף די פאדלאגע וואס איז ספעציעל ציגעשטעלט פאר די גרויליגער קראצעריי, און ווען עס גייט שוין אט דם ממקומות הרחוקים מאכט ער שיעור מציצה בפה, פשוט ווייל ער האט נישט קיין כלי, דערנאך גייט ער גראד אין בור אריין להרבות קדושה וטהרה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:03 pm
דורך מ גפני
פליקער פאלט דיר נישט ביי אז אין בור פארארבערט ער ווידער מיט קראצן די פוס אויף די סטעפס, און די מקוה וואסער וואשט אוועק די דם

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 10:33 am
דורך [NAMELESS]
נא, וואס איז די צד פון די מקוה. איך גלייב נישט אז זיי גייען זאגן אז ס'איז סתם צו מאכן געלט. עס איז מסתמא דא א סיבה אז די מעשין איז אויסגעשטעלט אזוי

נשלח: פרייטאג יולי 11, 2014 10:42 am
דורך פליקער
זייער פשוט, רוב האבן גראדע דאלער'ס, מאכצעך אמאל איינער פארלירט א דאלר קען עס אפנעמען ביים שמש, אדער זיך אריין גנב'נן כדרך רוב בני ישראל, חוץ דער פותח אשכול זאל אקטיוועזירן א רוח קדים עזה