בלאט 1 פון 1

פארוואס באדערט עס דיר?

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 7:11 pm
דורך מצטמק ויפה
[justify]חברינו הרב [tag]שמעקעדיג[/tag] האט דערמאנט דא א ענין וואס דארף חומר למחשבה. און איז א נושא וואס איך וויל שוין לאנג פארשטיין. און אזוי ווי ידידינו הרב [tag]ברסלבער[/tag] האט אנגעוויזן אז עס איז א ענין בפני עצמו, וויל איך עפענען א באזונדערע אשכול דערוועגן, כדי נישט צו פארפארן פון יענע ענין.

איך וועל זיך באציען צי א געוויסע מציאות פשוט מ'זאל פארשטיין פון וואס מ'רעדט, אבער אזעלכע מעשיות שפילט זיך אפ יעדען טאג ולא על עצמו אנו דנין אלא על הכלל כולו.

משה יעקב זיצט אין היכל הבית מדרש שוין צוויי חדשים אריין אונעם זמן, דער עולם איז כל כולו שקוע אין די נושא פון אשו משום חציו, משום ממונא. שוין צוויי חדשים וואס מקאכט אויף דעם איינעם בלאט גמרא און עס קנאקט אז עס גייט א רויך, משה יעקב האט קיינמאהל קיין נערווען צו לערנען געהאט, א קאפ האט ער געהאט גראדע גאנץ א פיינעם, אבער מער ווייניגער ביי דעם האט זיך עס גענדיגט. ער האט ניטאמאהל געוויסט וועלכע דף מ'לערנט. אבער הער אויס אבי די מגי"ש לאזט איהם במנוחה, און לאזט איהם זיין פארנומען מיט זיינע בחור'ישע באשעפטונגען.
אונזער משה יעקב האט זיך אבער נישט געפאפּט, און זייער גוט געוויסט זיין מצב, ער האט גאר גוט געוויסט אז יאר איין יאר אויס האבן זיינע רבי'ס געדארפט דורך גיין דעם נילוס, געוואר צו ווערן אז עס איז נישטא צו וועם צו רעדן, און זיי זאלן זיך אפּטשעפּנען פון איהם. אבער הער אויס; איך האלט פשוט נישט דערביי, עס איז נישט פאר מיר, און פארטיג.

יענער טאג אויפן וועג אראפ צום עס-זאל, שפירט ער א קלאפ אין ריקען "העי משה יעקב וואס טוט זיך? הא? נאך א סדר שוין דורך ? נישט גרינג צו שטיפּען גאנצעטע סדרים, וואס? .......

א פייער רויטע קאליר, איז ניטאמאהל א משל וויאזוי משה יעקב האט אויסגעקוקט יענע מינוט, ער איז געווארן אנגעפראסקעט ווי קיינמאהל ביפאר, ער איז געווען ממש נישט ביי זיך.

און דא שטעלט זיך די פראגע "פארוואס"??? פארוואס אין די וועלט ביסטו געווארן געטשעפעט? פארוואס באדערט עס דיר? די ווייסט זייער גוט דיין מצב און די ווייסט פונקטלעך וואו די שטייסט, און נישט נאר די ווייסט נאר די ווייסט אז יעדער איינער האלט עס מיט און יעדער ווייסט דאס אויך פונקט ווי דיר. נו מה כל הרעש האסט דען נישט געוויסט אז יענער חבר ווייסט דיין מצב? ער האט דיך דען עפעס מחדש געווען? נו פארוואס קענסטו קוים קומען צו זיך?

און ווי שוין געשריבן אויבן דאס מאכט זיך ביי אלע סארט מענטשען פון יעדע יארגאנג. אויב איינער קען אריין קומען און געבן א שטיקל ביאור, כל הכבוד.[/justify]

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 7:20 pm
דורך מ גפני
וואסי דען די שאלה? ווייסט ער דען נישט אז דאס איז נישט קיין תכלית אזוי אנצוגיין איז אוודאי טוט עס אים וויי

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 8:56 pm
דורך שמעקעדיג
היינו דאמרי אינשי, דער אמת טוט וויי.

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 9:02 pm
דורך מצטמק ויפה
אלעס פיין, אבער וואס איז יעצט געשעהן? סך הכל האט ער דיך דערמאנט?

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 9:18 pm
דורך פישלע העררינג
עד עשרי דרא לא תידכר לגיורא גיורותיה. איי, ער אליינס ווייסט דאך פון ווי ער שטאמט, ומה כל הרעש? נאר אפילו מען ווייסט אליינס, לב יודע מרת נפשו, וויל מען עס אבער נישט הערן פון "יענעם".

נשלח: מאנטאג מאי 26, 2014 9:39 pm
דורך עפל סיידער
ווער עס האט זיך שוין אמאל געדרייט ביי די פסיכילאגישע אפיסעס און געזעהן וויאזוי זיי הענדלען קעיסעס ובפרט שווער פארוויקעלטע קעיסעס איז די זאך גאר פשוט, דהיינו ווען דער פסיכילאג הייבט אהן קריכען ביזען גרינד פינעם מענטש, און דערגייט פונקטליך וואס דרוקט בעומק אינעם מענטש,
באקומט דער מענטש גאר פיינפולע געפילען וואס מען גאר נישט משער זיין.

און ווי ס'ידוע פאר די וואס ווייסען פינעם דר. סארנא מעטאד, איז די מח ביכולת צו שטיפען מחלות, ווייטאג, קרענק, און נאך בלויז ווייל די סאב-קאנטשעס וויל פטור ווערן פון שווערע מחשבות פינעם ריאליטעיט, און שטופט פאראויס מיחושים צו פטר'ן די פיינפולע מחשבות.

די סך הכל פון דעם איז, אז דער באשעפער האט באשאפען אזא נאטור אינעם מוח אז זי זאל וועלן מנוחה און נישט טראכטען פון אירע אמת'ע ווייטאגען, וואס דאס קען שטיפען די מוח צו טוען קאנטראווערסיאלע שריט, איז אז דיין נאנטע פריינט, צו פסיכילאג קומט און זאגט דייר אין פנים אז יא מיר ווייסען דיין קרענק דיין ווייטאג און די מוח ברויך עס פעיסען 'היש לך צער גדול מזה' ?

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:15 am
דורך רויטע וואנצעס
מצטמק ויפה האט געשריבן:אלעס פיין, אבער וואס איז יעצט געשעהן? סך הכל האט ער דיך דערמאנט?


ווען דער מענטש אליינס באטראכט זיין מצב, פארענפערט ער זיך אדער טרייסט ער זיך. ער קען האבן א דיאלאג מיט זיך, וואס ער קאנטראלירט. ווען א צווייטער אטאקירט עם אבער מיט די זעלבע טענות, איז עס אבער ארויס פון זיין האנט, און ער קען נישט האבן א קאנטארלירטע דיאלאג מיט זיין געוויסן, ממילא ווערט ער פארלוירן.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 3:25 pm
דורך לית דין בר נש
מצטמק ויפה האט געשריבן:"העי משה יעקב וואס טוט זיך? הא? נאך א סדר שוין דורך ? נישט גרינג צו שטיפּען גאנצעטע סדרים, וואס? .......

מצטמק איך וואלט געזאגט ווען ער פרעגט אים ווען העי משה יעקב מיט וועמען האסטו היינט געשטופט די סדר? וואלט ער בכלל נישט געווארן אזוי רויט ווייל טאקע ווי די זאגסט ער ווייסט פיין זיין מצב אז ער איז טוב בארץ. ער וואלט נאך אפילו גיענטפערט וואס הייסט די ערשטע שעה בין איך גיזעצן ביי פייוול און די צווייטע שעה ביי גימפל נאכדעם בין איך געגאנגען אין ביהכ"ס און געטראפן זושא אין די האלווע"י און גירעדט מיט אים א האלבע שעה וכו'! און די סיבה דערצו איז ווייל יענע איז נישט מזלזל ער טראכט ביי זוך דאס איז דער מצב און יעדער ווייסט עס און בדיעבד איז עס גוט אויכעט.
אבער ווען יענע זאגט בדרך זלזול דאס טוט וויי!

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 3:31 pm
דורך שמעקעדיג
באמערק מיינע ווערטער וואס כ'האב געשריבן דארט:
"(חוץ אויב יענער איז א נאנטער חבר און זאגט עס מיט אהבה און קאנסטראקטיוו קריטיק)."