מיין חריינ'לאזע שבת
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
מיין חריינ'לאזע שבת
[justify]ס'איז מיר נישט גרינג צו שרייבן. איך קלער אריין צי ס'לוינט זיך בכלל פרובירן באשרייבן מיין מיטמאכעניש און מוטשעניש. מיין שפראך איז צו ארעם, מיין לעקסיקאן צו קנאפ און מיין וואקאבולאר צו באגרעניצט, אז כ'זאל קענען ארויסצוברענגן די אומגעהויערע ביטערניש און איבעל וואס ס'האט געהערשט ביי אפטעמיסט אין שטוב דעם פארגאנגענעם שבת. כ'ווייס נישט צי איינער וואס איז נישט אין מיין שיך קען בכלל פארשטיין מיין ביטערניש און גרימעניש. כ'גלייב אז נישט. אבער אז כ'האב נישט קיין אנדערע ארט זיך צו אויסרעדן, וועל איך עס בלית ברירה טון דא ביי אונז אין "קאווע שטיבל".
איך בעט דעם עולם מחילה. אקעי, שרייטס מיך נישט אן; כ'ווייס אז מיין קראקאדיל-טרערן בארירט מער נישט קיינעם. איך ווייס, איך ווייס. איך קום און ברענג דא אראפ א מרה שחורה מער אפט ווי נישט, און כ'האב נאך די חוצפה צו פארלאנגן פארשדענדעניש.
נישט צום דריטען מאל — נאר צום צוואנציג'סטן מאל — שריי איך שוין "וואלף". איך פיהל מיר טאקע ווי א היפאקריט. איך זיץ דא אפ אין שטיבל, יומם ולילה, כ'דערקוויק מיר חנם אין כסף, און דערנאך קום איך פרעכערהייט און שפיי צוריק אין פנים. כ'האב שוין לאנג געקלערט וואס כ'וועל ענטפערן בבוא היום ווען מ'וועט מיר אפירהאלטן פאר'ן אראפברענגן די מצב רוח אין ניווא פון קאווע שטיבל. כ'ווייס טאקע נישט וואס ס'וועט זיין און כ'וויל בעסער נישט טראכטן. איך האף אז דער רבש"ע — מיט'ן הילף פונעם בארדיטשעווער און מיינע ווירטואלע פריינד — וועלן שוין טרעפן עפעס זכותים מיר צו פארטיידיגן. איך האף אזוי.
שוין, געענדיגט מיט די הקדמות.
וואס האט שוין ווידער פאסירט?
איז אזוי. ביי מיר איז די גאנצע וואך אן הכנה צום שבת. מיין גאנצע חיות שעפ איך פונעם הייליגן שבת קודש. איך שטיי אויף יעדען טאג, טראכטענדיג אז אט האלט מען א טאג נענטער צום טייערן שבת. שבת איז מיין גאזאלין צום לעבן.
נישט אז כ'בין א קרעטשניפער פון דער היים. בכלל נישט. אפשר האלט איך טאקע אז ר' זיידל איז א פועל ישועות, נו, יעדער ערליכער איד האלט אזוי, אבער איך אידענטיפיציר מיך נישט אפיציעל אלס קרעטשניפער. פאר צושויער קען זיך אמאל דאכטן אז אני הקטן בין גאר אליין פון דער קרעטשניפער גזע. פון מיין קידוש וועל איך נישט רעדן, אבער מיין עבודה ביים פיש? נישט צום גלייבן. ס'איז נישט צום גלייבן ווי א פשוט'ער בעה"ב קען אזוי נתהפך צורה ווערן פון איין מינוט צום צווייטן. אויב אינמיטן וואך קען איך ליידער אמאל (אמאל) זיך ארויפכאפן אויפ'ן טמא'נעם אינטערנעט, שטיי איך שבת אוועק דערפון כמטחוי קשת. אויב אינמיטן וואך קען איך אמאל ליידער ארבעטן פאר פרנסה (ה"י), בין איך שבת כל כולו קודש, און כ'גיי אפילו רבי'שע בגדים. שבת ווער איך אן אנדערע מענטש. בשעת וואס אין די וואכן טעג בין איך א פשוט'ער ארבעטס אינגערמאן — א פויער, בין איך שבת קודש בבחינת ר' זיידל. בלי שום גוזמה.
איצט אז איר כאפט אביסעלע פון וועם מ'רעד, קען מען גיין א טריט ווייטער.
ס'איז דא איין זאך וואס איך קען בא'טיטול'ן אלס דער הויכפונקט פונעם שבת. יא, אלס ארום דעם שבת איז דערהויבן, אבער איין זאך קען איך רופן דעם שפיץ.
ווען איך קום אן צו דעם "שפיץ", ווי איך גלייך עס צו רופן, שטעלט זיך דער גאנצער וועלט אפ. איך פאנג אן טרייסלען און שפרינגען, און כ'ווארף מיר ווי א סידזשר געשלוגענער מטורף. מיטאמאל פאנג איך אן ארויסלאזן יאמערליכע קולות, און כ'שטעל מיר אויף לויפן מזוית זו לזוית אחרת. עפעס מיסטיש ליגט אינעם 'חריין' אז ס'נעמט מיר אזוי ארויס פון די גלייזן. איך קען אליין נישט פונקטליך אנווייזן וואס ס'איז אז איך פאנג אן וויברירן, אבער ווי נאר כ'באמערק מרת אפטע'קע ארויסנעמען די חריין פון פרידשזעדער הייב איך אן זיך וואקלען ווי אן אקס וואס זעט רויט. מיינע אויגן ווערן ווי פארגלייזט אויפ'ן חריין און כ'פאלג נאך פארזיכטיג ווי מיין אידענע גרייט עס אן, לייגט עס אריין אינעם טעלער און ברענגט עס, שמייכלענדיג, צום טיש. און דאן, ווי כאילו דער וועלט איז חרוב געווארן, קומט די בריאה צו האסטיגער אפשטעל. מיין הארץ פאנגט אן קלאפן פיבערהאפטיג, און כ'ווער פלוצים פארגליווערט און געפרוירן. איך פאר ארויס פונעם עולם הגשמי און כ'גיי אריין אין אן עולם שכל כולו רוח. איך זעה פלוצלינג א וועלט פון הארסרעדיש און צוויקל; א וועלט פון טריפל סטראנג און עקסטרע סטראנג. אלס שטעלט זיך אפ, און דער וועלט ווערט פאר'חריינ'ט און רואיג.
אן אריינגיין אין די פונקטליכע דעטאלן פון דער מיספארשטענדעניש, האט דעם שב"ק העעל"ט פאסירט א שוידערליכער קאטעסטראפע. זייענדיג דעם שלאק שאמעס אינדערהיים, האב איך ווי געווענליך געמאכט די גראסערי ארדער דאנערשטאג ביינאכט, אבער פאר אן אומבאקאנטע סיבה, האב איך פארגעסן ארייצולייגן א חריין אינעם וואגאן. מיין פרוי תחי' האט, כמובן, געדענקט אריינצולייגן אינעם גראסערי-ליסטע אזעלכע נישטיגע שטותים ווי אייזקרים און סאוער בעלטס, אבער פון מיין באליבטע חריין האט זי אינגאנצען פארגעסן.
אנשטאט איך זאל זיצען ביים סעודה מיט א רואיגקייט און מנוחת הנפש, בין איך געזעצען פארכמארעוועט און צעטראגן. אנשטאט א געשמאקע בא'טעמ'טע שבת, האב איך געהאט אן אנגעזעצטע, מעלאנכאלישע שבת. א שבת וואס וועט פארשריבן ווערן אין די שווארצע ביכער פון כלל ישראל. א טאטאלער נידערשלאגע.
פרעג איך אייך, איז נאך א וואונדער אז כ'בין געוועהן אזוי שטיל אין שטיבל די וואך?[/justify]

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט: ייש"כ פאר מיטטיילן מיט אינז דיין שרעקליכן טראגעדישן מצב דעם פארגאנגענעם שב"ק. ס'איז ביי מיר (כמעט) מקויים געווארן דער פסוק "ותתחלחל המלכה מאוד". כ'בין שיער נישט אראפגעפאלן פון בענקל. אבער נישט מחמת שרעק אדער צער, ח"ו. נאר ווייל כ'האב געקוילערט פאר געלעכטער. איך האב נישט אנגעפרעיגט, (און נאכנישט געליינט די תגובות) פון די אנדערע מגיבים אין דעים אשכול. אבער איך בין זיכער אז ס'האטציך קיינער נישט צוריסן די קאפאטע הערנדיג דיין טראגעדיע, ר"ל.
לאמיך דיר פארציילן א מעשה'לע וואס וועט (אפשר) געיבן צו פארשטיין די טיפקייט פון די טראגעדיע, אויב מ'האט נישט (ח"ו) קיין כריין צו די פיש, פרייטיג צונאכטס. מיין ראש ישיבה ז"ל האט דערציילט (ווען ער האט נאך געלעיבט) אז תיכף נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען די אידעלעך האבן זיך פריש באזעצט אין אמעריקע, האט אן אמעריקאנער איד אמאל געכאפט א שמועס מיט אן אימיגראנט און ר'האט איהם געזאגט לאמור: "עטץ מיינט אז נאר עטץ האט געליטן ביי די מלחמה. אינז, אמעריקאנער איינוואוינערס האבן אויכעט שטארק געליטן. מ'האט נישט פארקויפט צוקער פריי פאר א יעדן וויפיל מ'האט געוואלט.נאר ס'איז געוועין "רעישאנינג"...
.
איך וויל דא געיבן א ברכה. אז אויב ס'איז ח"ו באשערט פאר א איד צו האבן צער און עגמ"נ. זאל ער קיינמאל נישט האבן קיין גרעסערן צער ווי דאס אז מ'האט פארגעסן אריינצולייגן כריין (אדער קאמפאט) אין שבת'דיגן ארדער...

לאמיך דיר פארציילן א מעשה'לע וואס וועט (אפשר) געיבן צו פארשטיין די טיפקייט פון די טראגעדיע, אויב מ'האט נישט (ח"ו) קיין כריין צו די פיש, פרייטיג צונאכטס. מיין ראש ישיבה ז"ל האט דערציילט (ווען ער האט נאך געלעיבט) אז תיכף נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען די אידעלעך האבן זיך פריש באזעצט אין אמעריקע, האט אן אמעריקאנער איד אמאל געכאפט א שמועס מיט אן אימיגראנט און ר'האט איהם געזאגט לאמור: "עטץ מיינט אז נאר עטץ האט געליטן ביי די מלחמה. אינז, אמעריקאנער איינוואוינערס האבן אויכעט שטארק געליטן. מ'האט נישט פארקויפט צוקער פריי פאר א יעדן וויפיל מ'האט געוואלט.נאר ס'איז געוועין "רעישאנינג"...

איך וויל דא געיבן א ברכה. אז אויב ס'איז ח"ו באשערט פאר א איד צו האבן צער און עגמ"נ. זאל ער קיינמאל נישט האבן קיין גרעסערן צער ווי דאס אז מ'האט פארגעסן אריינצולייגן כריין (אדער קאמפאט) אין שבת'דיגן ארדער...

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יין שרף האט געשריבן:אינטרעסאנט, ביי מיר איז די טשולענט מיין גאזאלין צום לעבן...
ס'איז טאקע די לעצטע זאך פונעם שבת סעודה, אבער המגיד מראשית אחרית, איז דאס די ראשית הגז...
אין דערנאך גיי איך אריין אין די עולם שכל כולו רוח....
די נפקא מינה איז אז פון דיין גאזאלין איז די גאנצע סביבה נהנה. די מערסטע די ווייב און קינדער. א שטיקל נחמה איז אז די וועטער איז שוין נישט אזוי קאלט. און מ'קען אויפמאכן א פענצטער אדער צוויי...

- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
דריידל האט געשריבן:איך ציטער וואסארא וואך ווארט אונז אפ דא אין שטיבל. לויט'ן זוהר אז אלע השפעות פון די וואך ווענד זיך אין שבת, איז נאך אזא פארכמארעטע שבת קומט א פארכמארעטע וואך ח"ו.
ווי זענען אונזערע בעלי מקובלים? אפשר קען איינער ממתיק זיין די חריין אף (קרעדיט [tag]פישל'ע העררינג[/tag])
מ'דארף נישט קיין מקובלים, אונז אלע האבן מקובל פונעם רבי'ן זי"ע אז די חרון אף שפרעכט מען אפ, מיט אן אנטעשמיטישע מחאה קעגן ישראל.

- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
נאך די אויפגעוועקטע אשכול איז מיר דערמאנט געווארן מיין פארשטערטן שבת וואס די זייגער של שבת האט פארלאשן מיין טשולענט, יענע שבת האב איך געשפירט ווי @פעסעמיסט, זינט דאן קיק איך ערב שבת אויפן שבת זייגער ווי א אה סי די געביסענער,
אינטערעסאנט איך האב פארפאסט אזא אשכול בעידנה, אבער א לייק איז קיין מאל נישט צו שפעיט.
אגב מזלא טבא צים גבאות,

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
@אפטע, שקויעאך פאר די גיוואלדיגע באשרייבונג איבער דיין אישית׳דיגען טראגעדיע וואס האט זיך אפגעשפילט מיט דיר אין דיין חריינלאזער שבת וואס איז ליידער פארשווארצט געווארען אזוי אז נהפך לאבל מחולך,כהאב אראפגעוישט א הייסע טרער פון מיינע אויגען וואס זענען אראפגערינען אויפן קיבארד וואס איז נאך אלץ נאס פון טרערען בשעת כהאב זיך אריינגעלייגט אין דיין ביטערען מצב אין יענם שעת חרון אף אין געטראכט אויף א גראמען צו באשרייבען מיינע געפילען אין הארץ וויי, אין איך וינטש דיר אז מהיום והלאה זאל זיך מער נישט אפשפילען אזעלכע ביטערע געשיכטעס אין דעם יידישען פאלק אין סזאל נישט פעלען מער פון דיין טיש נישט קיין צנון אין ח״ו נישט קיין חזרת נאר זיין א עושר וי רבי אז סזאל זיך גיסען פאר אונז אלע
נאכן ענדיגען וויינען האב איך אויסגעפלאצט מיט א געלעכטער אז כהאב זיך כמעט איבערגעדרייט אלע סטעפס פון מיין הויז
אגב כהאב שוין לאנג געזען דעם מאמר אין א שקויעך פארן אויפוועקען פון פריש לכבוד חודש אלול אלץ הכנה צו די הייליגע טעג
אין בחדא מחתא א שקויעאך א גרויסען פאר אינפארמירן איבער דעם הייליגען ר׳ זיידל דער סבא קדישא מקרעטשניף,
לויט וי די לייגסט דאס אראפ ווערט דער סב״ק פון הופפער באקרוינט אלץ ׳בעל מופת׳, דאס איז דאך פונקט וואס איך זיך שוין א שיינע שטיק צייט
איך ויל נאר ויסען מער איבער זיין הייליגע הנהגה, אין וי אזוי פינקט דער סיסטעם פון מופתים ארבעט ביים קרעטשניווער שרף?

איך האף כבין נישט עובר אויף השגת גבול פון @ר׳ בערל בעל עגלה אויף זיך משתמש זיין בכתרו אין זיך באניצען מיט זיינע הייליגע סמייליס ובטוב ליבו יענה ויאמר סלחתי

אוי אפטעמיסט,
אן ערד ציטערניש האט זיך אפגעשפילט אין די גאסן פון אמעריקע אין די לעצטע פאר מינוטן.
פארלעסליכע קוועלער געבן איבער, אז די ערד פלאטעס אונטער אדנירם'ס הייזקע האבן זיך געשאקלט און געריקט, און פון דעם האט זיך אנגעהויבן די קייט ערדציטערנישן.
יודעי דבר, מקוה ווייקער'ס, עסקנים, און אלסווייסערס געבן איבער, אז שולדיג אין דעם איז עפעס אן אלט ארטיקל פון א צעמישטע בריה, איינער מיטן נאמען אפטעמיסט וואס האט זיך פארקויפט אלס פעסימיסט, אבער האט געמאכט יעדע פעסעמיסטישער פערזאן באקומען אן אפטעמיסטישער אויסקוק אויפן וועלט, אדער לכה"פ אויפן שבת טיש - ווילאנג ס'דא חריין אויפן טיש.
אט דער אפטעמיסט, האט באשיינפערליך געמאכט אדנירם'ן זיך ווארפן און קוילערן פאר הילכיגן געלעכטער, אזש די חריין איז אים ארויפגעקומען אין קאפ, די טשאלנט אין נאז, די בעבלעך אין די אויערן, און אלע מאכלי שבת האבן זיך געשטיפט און געדרייט צוזאמען אין א ראד, ביז די ענטגילטיגע ערדציטערניש איז געקומען...
[tag]אפטעמיסט[/tag] טייערע, מיר ווילן נאך אזעלכע ארטיקלען ווי דאס. און יעצט קענסטו איבערנעמען אויך קופערניקעס און משה געציל'ס פלעצער אין עולם הבדחנות, און דו קענסט אליינס זיין דער חוט המשולש משפיע צו זיין מאור החריין הצח, ואור הקרעטשניפי הזך, ביז מיר וועלן זוכה זיין צום 'אז ימלא שחוק פינו'.