וואס טיט מען ווען מען איז געצווינגען צי גיין ליידיג?

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

וואס טיט מען ווען מען איז געצווינגען צי גיין ליידיג?

שליחה דורך טיטאניק »

קאווע שטיבעל איז א מקום מקלט פאר אלע וואס האבען נישט וואס צי טין מיט די צייט, זיי זיכען עס צי שטיפען און אנפילען און ווילען ח"ו נישט ציקימען לידי עבירה דארעך די שווערע שעות בטילה, און קאווע שטיבעל איז גאר א גיטע עצה צי ווערען ביזי מיט עפעס
די חורבן איז ווען עס ווערט שוין נמאס.....
די מעשה איז אזוי, איך האב מיר מיט אביסעל ווייניגער פון צוויי וואכען ציריק זייער מיאוס ציבראכען די פיס+ אפערעישאן, א מעשה פאר זיך ווי אזוי דאס האט פאסירט, אבער אין כאן המקום לפוטרם ציליב גילוי אויב איינער דא איז א הצלה מעמבער.............. אבער דאס איז די מעשה איך בין ציגעבינדען צים בעט, און קען נישט ארויס גיין צי די ארבעט, און ווער עס באמערקט זיץ איך יומם ולילה אויף קאווע שטיבעל, איך האב נישט וואס צי טין פאר ליידיג-ליגען איך גיי אויס!!!!!
לערנען קען איך נישט ווייל איך בין נישט אין די מאד, עסען קען מען אויך נישט ווייל אלעס גיסט זיך אויס אויף די בעט, שמיסען מיט די חברים קען מען אויך נישט ווייל יעדער ארבעט, וואס יא? קאווע שטיבעל!
אבער וויפיל קען מען עסען קאווע שטיבעל? וויפיל? איך ווער שוין נמאס צי זען ווי די צוויי חברה זיצען ביים זעלבען טישל 24 שעה א טאג! חברה טוישט פאזיציע! איך קען נישט זען די זעלבע פאזע 24 שעה א טאג!
יו טוב? שוין אויסגעאקערט מן הקצה אל הקצה!
האט איינער נאך א גיטע באשעפטיגונג וואס איך קען טין אין אזא מצב?
עפעס א מעכטיגע טיווי שאו? וואס?
:roll: :roll: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted: :twisted:

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר