בלאט 1 פון 1
נייע בילד פון הייליגער ריזשינער אנדעקט!!
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:24 am
דורך [NAMELESS]
עס איז היינט אויפגעדעקט געווארן א נייע בילד פון ריזשינער, א פעינטינג פון 1840.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:36 am
דורך ונבנתה העיר
וואס, וואו, ווען?
דא זעה איך אז אין 2013 האט עס זיך פארקויפט פאר בערך 2000 פונט.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:38 am
דורך קליגער אינגערמאן
סאיז צום פארקויפן פארן נישטיגען פרייז פון 1500 \ 2000 פונט.
ונבנתה האקט
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:15 am
דורך עפל סיידער
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:35 am
דורך מ גפני
אזוי ווי יעדער איינער וואס איז א מעמבער אין א וואצעפ גרופ האב איך אויך זוכה געווען צובאקומען דעם בילד נעכטן נאכט פון אפאר גרופעס, ס'איז מיר געווען זייער אויפפאלנד ווי אזוי איז פלוצלינג נולד געווארן אזא היסטארישן בילד, איך האב א חבר וואס האלט זיך פאר א שטיקל ידען/היסטאריקער, האב איך אים גע'אי-מעילט דעם בילד זאגט ער מיר אזוי: ראשית כל די פעינטינג דעיט איז 1840 וואס אין די צייט איז דער הייליגער ריזשינער געזעסן אין תפיסה און ס'איז נישט פארשטענדליך אז מ'האט אריינגעשיקט א מעלער אין תפיסה אים אפצומאלן, אפילו אויב יא האט דאך דער ריזשינער זיכער נישט אנגעהאט זיינע שמונה בגדים אין תפיסה (עכ"פ דעם קאלפיק זיכער נישט), שנית אין 1840 איז דער הייליגער ריזשענער געווען 43 יאר אלט, א געווענליכער 43'גער האט נאך נישט אזא ווייסע בארד ווי אויפ'ן בילד, והשלישית ווערט פארציילט דורך די קינדער, אייניקלעך און חסידים פונעם ריזשינער אז ער האט כמעט נישט געהאט קיין בארד!! ממש געציילטע הארלעך.
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:39 am
דורך לית דין בר נש
דיין קשיא איז אויפן ווייסע בארד?
א רויטע רוזשעווילקע איז ער יא געגאנגען?
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:41 am
דורך מ גפני
רויטע מלבושים איז מלכות'דיג, די אמאליגע קעניגן פלעגן אזוי גיין
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 9:48 am
דורך יואב
ס׳בארד אויפ׳ן בילד קוקט נישט אויס אזוי איי איי איי; די וואנצעס הפנים האט ער ווי ס׳קוקט מיך אויס יא חושד געוועזן אויף בשר וחלב. #הועוועראיטאיז
נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 6:27 pm
דורך חזקיהו המלך