בלאט 1 פון 4

ר' יענקעלע איז גארנישט?

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:29 pm
דורך ככלי מלא בושה
איך וואלט געוואלט אנפרעגן די אלע סקעפטיקערס ווי אזוי איר ספראוועט זיך מיט אזעלעכע ר יענקעלעך בעלזע רב וכדומה וואס האבן זיך געדרייט דא ממש ציווישן אונז און באוויזן supernatural זאכן ווי אשרי יושבי
דאס געבט אייך נישט קיין שאקל?

אדער אפשר הייבט זיך גארנישט אהן לא היה ולא נברא

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 12:38 pm
דורך outspoken
קוקט אויס אז אלץ נייע קאווע טרינקער האט זיך [tag]ככלי מלא בושה[/tag] ערגעץ פארבלאנדזעט, קען אים איינער צופירען צום ריכטיגען אשכול,תגובה? קוקט אויס ער וויל מאכען א שטארקע פוינט נאר ס'פעלט די פאזעל.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 1:07 pm
דורך עסקן בדברים
You raise a very good question. Growing up hearing these stories from "everyone" gives you the illusion that these Rebbes really did supernatural things. In reality, what makes a Rebbe like Reb Yankele have a name of being such a baal mofais is his wild personality of talking as if he flies in the heavens. His "mofsim" are a combination of chance (people will only tell others about the ones that work), twisting of stories to make them fit with the expected way such stories are supposed to sound, and outright fabrications. Also dishonesty by the rebbe; he may find something out about a person in some clever way and make believe he knows it from ruach hakodesh.

Keep in mind that people believe just the same "open mofsim" from miracle workers of all faiths, Christian, muslim, you name it, and from other charlatans like psychics.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 1:13 pm
דורך פישלע העררינג
עפרא לפומך, עסקן. :o

אויב וואלט יעדער איינער געגלייבט אין דעם הייליגן באשעפער און אין זיינע צדיקים נאכ'ן זעהן אפענע מופתים, וואלט דאך נישט געוועהן קיין בחירה. דעריבער, ואני הכבדתי את לבו, האט הקב"ה געמאכט דעם מענטש'ס הארץ שווער, אז ער זאל אפּפרעגן די מופתים דורך אפחוזק'ן פון די צדיקים. אזוי ארום וועלן ערליכע אידן האבן א בחירה, און עס וועט ביי זיי מקויים ווערן ובחרת בחיים למען תחיה אתה וזרעך.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 1:33 pm
דורך outspoken
פישל'ע העררינג לפומך, עסקן. :o
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=4107

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 2:13 pm
דורך ככלי מלא בושה
כלפי מה דברים אמורים

איך קען א איד וואס איז לאנגע יארן געווען גבאי ביי ר יענקעלע ער איז אמאל אריין צו זיין שווער ר איציקעל און געזאגט אז ער דארף פארן אויף אויסלאנד (איך געדענק נישט פאר וועלכע סיבה) אין קען עפעס נישט מאכן קיין פאספארט האט אים ר איציקעל געגעבן א בענטשער וואס איז געלעגן אויפן טיש און געזאגט ניץ דאס ער איז אריבער דעם גרעניץ מיט דעם בענטשער און זיי האבן עס געזיגעלט ווי כאילו זיי וואלטן געווען בלינד. ער האט געניצט דעם בענטשער אפאר יאר ביז ר איציקעל איז נסתלק געווארן ער העט פראבירט נאכדעם נאכאמאל אנקומענדיג צום גרעניץ קוקען זיי אויף דעם בענטשער און פרעגן עם "וואס איז דאס? ער האט גארנישט געענטפערט "דאס מאל וועלן מיר דיר אריבער לאזן אבער מער זאלסטו עס נישט ניצן! די איד האט נאך דעם בענטשער אנגעפילט מיט זיגלעך פין אסאך לענדער!!!

נאך אזא מעשה וואס קען מען זאגן

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 3:19 pm
דורך outspoken
פון ר יענקעלע איז געווארען ר איציקעל???

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 4:10 pm
דורך שמערל
אזוי?! אז די קענסט אים. אפשר בעטסטו אים ארויפצולאדענען א בילד פונעם בענטשערל, וישמעו רחוקים ויבואו

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 4:25 pm
דורך קאוועניק
ר יאנקעלע/ איציקעל האט אנגעווארענט אז מזאל פאר קיינעם נישט ווייזען

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 4:52 pm
דורך איחוד פעלד
גראדע האביך געהערט די מעשה מיט א ר' מאיר בעל הנס לוח, און אז עס האט געארבעט איינמאל, און זיי האבען עס דוקא נישט געסטעמפעלט.

ויש אומרים אז עס האט גענוצט אריין צו גיין אין א בעסכיסא אלץ תעודת זהות.

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 4:57 pm
דורך מ גפני
איך האב געהערט די מעשה אז ער האט געגעבן א פת (א רעפטל ברויט) צו נוצן אנשטאט א פאספארט
ווי אזוי דער חסיד האט דאס אוועקגעלייגט איבער פסח פרעגט מיר נישט

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 5:45 pm
דורך ככלי מלא בושה
דאס איז די כוח פון לצנות!!!
איך האב געמיינט ס'וועט קומען 'לעיקוואד 'יאיר 'הוגה אין געבן אביסל סענטס אינעם ענין דערווייל האבן זיך אנגעריקט א באנדע ליצים


outspoken מעגסט טוישן דיין בילד ס'קוקט אויס ווי א שלעכטע נאצי וואס האט נארוואס געהארגעט אפאר קליינע אידישע קינדערלעך

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 6:08 pm
דורך מבקר
זיי קומען הערשט אן, אין די נאכט שעה'ן. ווארט מיט שפאנונג!

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 10:43 pm
דורך outspoken
ככלי מלא בושה האט געשריבן:
outspoken מעגסט טוישן דיין בילד ס'קוקט אויס ווי א שלעכטע נאצי וואס האט נארוואס געהארגעט אפאר קליינע אידישע קינדערלעך

געטוישט מיין פיקטשער, כ'וויל נישט דערשרעקען קליינע קינדערלעך...


משה רבנו - לא האמינו בו ישראל מפני האותות שעשה, שהמאמין על פי האותות יש בלבו דופי, שאפשר שיעשה האות בלט וכשוף… במה האמינו בו? במעמד הר סיני - שעינינו ראו ולא זר, ואזנינו שמעו ולא אחר - האש והקולות והלפידים, והוא ניגש אל הערפל והקול מדבר אליו ואנו שומעים: "משה, משה, לך אמור להם כך וכך"… ומנין שמעמד הר סיני לבדו היא הראיה לנבואתו שהיא אמת שאין בו דופי? שנאמר: "הנה אנכי בא אליך בעב הענן בעבור ישמע העם בדברי עמך וגם בך יאמינו לעולם" (שמות יט ט). מכלל שקודם דבר זה לא האמינו בו נאמנות שהיא עומדת לעולם, אלא נאמנות שיש אחריה הרהור ומחשבה.

די גאנצע זאך אז מ'דארף גלייבען אין מופתים און אז זיי קענען טוישען די הלכה לשעה ווי אליהו הנביא בהר הכרמל איז דווקא ביי נביאים (גזירת הכתוב)
און משה רבינו אפילו ער איז געווען א נביא האט ער נישט געקענט טוישען די הלכה לשעה אפילו מיט מופתים. (מקושש עצים היה קודם מתן תורה)

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 11:06 pm
דורך ככלי מלא בושה
outspoken
וואס זענט איר אזוי אבסעסט מיט באאגי מענס ?
אראפ גענימען איין boogeyman און ארויף געלייגט אן אנדערע boogeyman :געוואלד:

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 12:06 am
דורך איחוד פעלד
[quote] און משה רבינו אפילו ער איז געווען א נביא האט ער נישט געקענט טוישען די הלכה לשעה אפילו מיט מופתים. (מקושש עצים היה קודם מתן תורה)

/quote]

ווי שטייט דעס?

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 12:23 am
דורך ממרום שלח אש
דאס אלעס איז דברי הרמב"ם וואס איז געווען אידיאלאגיש זייער ראציאנאל געשטימט און איז נשפע געווארן פון אריסטו, און די גאנצע מופתים על טבעיים איז נישט געווען לרוחו, ווי מזעט בכמה מקומות.

אבער עס איז זייער שווער איינצוזעצן אין פסוק, פשוט פשט זענען אלע מופתים געווען "למען תדע כי אני ה" און ווי גאט האלט אין איין צוריקומען דערצו יארן שפעטער, הניה כדבר הזה .. גו מקרב גו במסות באותות וכו.".

לויטן רמב"ן הידוע איז דאס געווען די סיבות פון די מופתים, ווייל גאט וועט נישט ווייזן פאר יעדן כסיל ממילא האט ער געווזן איינמאל פאר אלעמאל אין מצרים, ועוד יש רבות כזה עד אין מספר.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 12:31 am
דורך נולד מאוחר
כגלייב ניט די סקעפטעקער זענען מסופק אויף זאלכע אפנע זאכן.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 2:04 am
דורך מאטי
ממרום שלח אש האט געשריבן:דאס אלעס איז דברי הרמב"ם וואס איז געווען אידיאלאגיש. זייער ראציאנאל און איז נשפע געווארן פון אריסטו, און די גאנצע מופתים על טבעיים איז נישט געווען לרוחו, ווי מזעט בכמה מקומות.

אבער עס איז זייער שווער איינצוזעצן אין פסוק, פשוט פשט זענען אלע מופתים געווען "למען תדע כי אני ה" און ווי גאט האלט אין איין צוריקומען דערצו יארן שפעטער, הניה כדבר הזה .. גו מקרב גו במסות באותות וכו.".

לויטן רמב"ן הידוע איז דאס געווען די סיבות פון די מופתים, ווייל גאט וועט נישט ווייזן פאר יעדן כסיל ממילא האט ער געווזן איינמאל פאר אלעמאל אין מצרים, ועוד יש רבות כזה עד אין מספר.

בקיצור, דער רמב"ם איז ליידער נשפע געווארען, און ר' יענקעלע בלייבט א בעל מופת.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 7:39 am
דורך כוכב
יא, איך פארשטיי אויך נישט די אפיקורסים ווען הרהק מהרנץ און שומר אמונים רבי, ניסל קרעטשינפער און שמואל ארי עקשטיין פראווען סופער נעטרול זאכן אויף א טעגליכן פארנעם א נאר דארף מען זיין נישט צו גלייבן.
די מעשה מיט די פאספארט איז בי. עס. ווער סברענגט א קאפי דערפון קריגט א ריווארד.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 10:48 am
דורך לעיקוואד
לכבוד הרב המופלג הנודע בשערים ככלי מלא בושה שלמך יסגא

איך זעה איר ווארט אויף מיר, וויל איך אייך פרעגן איר זאלט קלאר מאכען פונקטליך אייער שאלה. וואס זעהט איר אין מיינע אדדער אנדערע דעות וואס ר יענקעלע'ס מופת מיט די בענטשער פאספארט פרעגט אפ, אדער ווי האט איר געזעהן א רמז אז איך זאל נישט גלייבען אין די מעשה מיט די בענטשער?

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 1:13 am
דורך יאיר
יא מופתים, נישט מופתים. יעצט קוואוט מען דעם רמב"ם, באלד וועט מען קוואטן דעם זון נס. רבותי, ס'איז צייט צו גיין ארבעטן.
און מר. בושה, כ'פארשטיי אז דו ווילסט האבן אביסל פאן, אבער ס'איז נישט שיין עס צו טון אויפ'ן חשבון פון ר' יאנקעלע. ער איז געווען א וואוילער איד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:59 am
דורך ככלי מלא בושה
I guess מיין שאלה צו כ"ק אדמו"ר מלעיקוואד איז אזוי

since ר' איציקעל איז געווען א איד און א חסידישן איד אין ער האט זיך געפירט מיט אלע מנהגי ישראל אין ער האט באוויזן אזעלכע זאכן ( די מעלה פון די מעשה איז, אז מקען דאס נישט בייגן אהין אדער אהער און טענן ס'איז פונקט געלונגען! אויב די מעשה איז אמת איז דאס ממש קריעת ים סוף בזמן הזה) טוט דאס נישט validaten אז ווי אזוי ער האט זיך געפירט איז אמת און ריכטיג? אין אלעס וואס שטייט אין תנ"ך חז"ל שו"ע און אזוי ווייטער איז אמת?