בלאט 1 פון 1

רבי אליעזר זאב ראזענבוים הי"ד מ'קרעטשעניף

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 3:35 pm
דורך שעפטל
היינט איז די יארצייט פון הרה"ק רבי אליעזר זאב (רבי לייזער וואלף - ווי מ'פלעגט אים רופן) ראזענבוים הי"ד, דער קרעטשניפער רבי.
קרעטשניף.jpg
קרעטשניף.jpg (50.44 KiB) געזען געווארן 1712 מאל

רבי לייזער וואלף איז געבוירן געווארן בערך אין יאר תר"מ, צו זיין טאטע הרה"ק רבי מאיר'ל זצ"ל, דער ערשטער קרעטשניפע רבי, (געווען א זון פונעם רבי רבי מרדכי'לע מ'נדבורנה זיע"א) און צו זיין מאמע הרבנית הצדיקת שפרה בת הרה"ק רבי יחיאל טירער מ'דורוהי זצ"ל.

רבי לייזער וואלף איז אויפגעוואקסען אין שטוב פון זיין זיידן דער רבי רבי מרדכי'לע זיע"א, מ'זאגט אז זיין זיידע האט געזאגט אויף אים "ביי די זיבעצען יאר וועט ער זיין א רבי און א מנהיג פאר אסאך חסידים, וכך הוה, ביי די זיבעצען יאר נאך בחייו אביו האט ער שוין געפירט אן עדה אין נדבורנה.
נאכן הסתלקות פון זיין טאטע'ן האט רבי לייזער וואלף איבערגענומען דאס רבנות אין קרעטשעניף.
נאכן ערשטע וועלטס קריג אין יאר תרע"ט האט ער זיך געצויגען קיין סיגעט.
ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי לייזער וואלף באוויסט געווען מיט אפענע מופתים, זיין הויז איז געווען פיל מיט מענטשן וואס מ'האט יארן שפעטער גערופן אלס די "טמיר ונעלם'ניקעס" ווייל וויפיל מ'האט זיי געזיכט האט מען זיי נישט געטראפן.

ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, אין אושוויץ, אום שבת קודש כ"ז אייר תש"ד לפ"ק

רבי לייזער וואלף האט איבערגעלאזט אכט קינדער:
הרה"ק רבי שמואל שמעלקע זצ"ל הי"ד אבד"ק ביטשקוב,
הרה"ק רבי דוד משה זצ"ל מ'קרעטשעניף רחובות - ער האט איבערגעלעבט די קריג
הרה"ק רבי ניסן חיים זצ"ל הי"ד אבד"ק בראדטשין. (די טאטע פון הרה"ק רבי הערשעלע מ'קרעטשעניף זצ"ל.)
הרה"ק רבי מאיר זצ"ל הי"ד דומ"צ ור"מ ב'סאטמאר,
הרה"ק רבי מרדכי זצ"ל הי"ד דומ"צ ב'פעסט וב'דעברעצין.

און זיינער איידימער זענען געווען:
בן אחיו הרה"ק רבי חיים מרדכי זצ"ל, מ'נדבורנה בני ברק - זיין ווייב הרבנית הצדיקת סימא רייזעל ע"ה האט איבערגעלעבט די קריג
הרה"ק רבי דוד בראנדוויין זצ"ל הי"ד מ'בורשטין-סטרעטין ,
הרה"ק רבי זלמן לייב לייפער זצ"ל מחוסט-וויזי -גראסעווערדיין,