בלאט 1 פון 1

***ב' אלפים*** מיין צוויי טויזענסטע תגובה (2000)

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:04 pm
דורך שמואל הלוי
די נומער 2000 דערמאנט פון מצות שבת, וואס ווי באקאנט טאר מען שבת נישט גיין מער ווי צוויי טויזנט (2000) איילן, און דבר בעתו מה טוב אז ס'איז אויסגעקומען צו שרייבן די צוויי טויזענסטע תגובה אום ליל שישי בשעת מ'גרייט זיך צו שבת קודש.

באמת קלער איך אזוי צו מיר מען קען עס אריינלייגן אין די וואכעדיגע סדרה אויך, אם בחוקותי תלכו קען מען זאגן אז ס'גייט ארויף אויף די פסיעות און די הליכה פון שבת וואס דארף זיין געמאסטן און געוואויגן נישט מער ווי 2000 טריט, און אפשר פארדעם שטייט טאקע נאנט את שבתותי תשמורו צו אם בחוקותי תלכו, מרמז צו זיין אויף דעם.


אצינדער וויל איך מיינע הערצליכע געפילן אויסדריקן
איידער איך טוה דעם שלח קנעפל דרוקן
אין פאבליק די תגובה צו שיקן

צום הערשט א דאנק די געטרייע הנהלה כולם אהובים כולם ברורים
וואס שטייען יעדן איינעם צו הילף סיי פאר ערוואקסענע און סיי פאר בחורים
אילו פינו מלא שירה כים קען איך נישט אויפהערן צו זינגען מיינע לויב שירים

ווי אויך א דאנק פאר יעדן איינעם דא אין שטיבל כאו"א בשמו הטוב יבורך
סיי די אלט געזעסענע און סיי די נייע א גאסט א אורח
פאר יעדן ממש א לויב פיל איך א צורך

ווייל איך אליין וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען צו אזא הויכע נומער תגובות
איך מיין עס גאר אמת'דיג ס'איז נישט מכח עניוות
ס'איז נאר אין זכות וואס ענק שרייבן אויך צו הערות חשובות

דאס גיט חשק און מוהט צו גיין ווייטער מעלה מעלה
דאס איז חוץ די לייקס וואס גיט זיכער באזונדער צי בלי שום שאלה
ויה"ר איך זאל זיך בקרוב קענען פרייען אי"ה ביי ענק אלע

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:12 pm
דורך ידען
מזל טוב מזל טוב

א ישר כח פון הארצן טיעפן פאר דיינע פיינע גוטע סחורה וואס דו טוהסט אזוי פלייסיג און מיט חשק אריינרוקן פאר אונזערע הנאה.

זאל מען פון הימל דיר אקעגענקומען מיט ברכות עד בלי די און זאלסט מיעד ווערן פון ציילן די טויזענטערס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:31 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב!!!
(שמואל -פארגעס נישט אליינ'ס זיך צו באגריסען דא: viewtopic.php?f=10&t=629)

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:42 pm
דורך דבילה
מזל טוב ר' שמואל - כן תרבה וכן תוסיף. זען זאלסטו אסאך נחת פון דעם שטיבל און פון אלע אנדערע..

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
דבילה האט געשריבן:מזל טוב ר' שמואל - כן תרבה וכן תוסיף. זען זאלסטו אסאך נחת פון דעם שטיבל און פון אלע אנדערע..

דבילה ווי איז דיין לייק פאר שמואל???

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 2:07 pm
דורך גלות יוד
פינעף ווערטער אשכול beware ס'קומט א פארפלייצונג

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 7:40 pm
דורך שמואל הלוי
א שיינעם דאנק פאר אלע דאנקער, אי"ה ביי ענק אויף תגובות.

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 1:19 pm
דורך א איד
מז"ט ר' שמואל, זאלסט וואקסן העכער און העכער, מיט זאפטיגע שטיקלעך, וואס דו און אונז זאלמיר הנאה האבן

נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 1:33 pm
דורך smart
לחיים לחיים!!

שמחה ונחת דער אייבערשער זאל העלפן זאלסט קענען ווייטער משפיע זיין פאר אידישע קינדער רוב חכמתך ובינתך הטוב.

הצלחה וברכה

וואנטש איינער פון דיינע גוטע פריינד אין שטיבעל וועלכע איז שותק לדבריך כל יום

smart