בלאט 1 פון 1

הגראי"ל שטיינמאן: קיינער איז נישט מקיים היינט, צפיה לישועה

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:06 pm
דורך טאמבל סאס
הגראי"ל שטיינמאן האט אין א שמועס מיט הגרמ"צ ברגמן ארויסגעברענגט אז האפן אויף ביאת משיח איז געווען עפעס וואס נאר אמאליגע מענטשן האבן מקיים געווען ווייל זיי זענען אזוי צעבראכן געווען, אבער בעצם היינטיגע צייטן איז קיינער עס נישט מקיים און ס'איז א זאך שאין הציבור יכולין לעמוד בה. "מ'זאגט אז דער חפץ חיים האט געהאפט פאר משיח. אפשר, קען זיין. איך ווייס נישט." ווען הגרמ"צ ברגמן האט געטענהט אז דער רמב"ם פסקנ'ט אז דאך אז ס'איז נישט גענוג גלייבן נאר מ'דארף ווארטן אויף אים האט רב שטיינמאן געענטפערט אז ס'איז דאך דא אן אמורא וואס האט געהאלטן אז ס'נישטא קיין משיח. משיח'ן האט מען שוין פארלענדעט [כבר אכלוהו - בטל געווארן] בימי חזקי'.
אבער דער רמב"ם זאגט דאך אז עמיצער וואס גלייבט נישט איז אן אפיקורס האט רב ברגמן נישט אפגעלאזט.
איז יענער אמורא אן אפיקורס רח"ל??? האט אים רב שטיינמאן צוריקגעפרעגט?
"ס'איז גענוג די מצות וואס מ'קען מקיים זיין, הלוואי זאל מען זיי אלע מקיים זיין."

http://avrehim.blogspot.co.il/2014/05/b ... .html#more