בלאט 1 פון 1

טאג טעגליך

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 3:23 pm
דורך מבקר
אבי מ'לעבט, אז מ'לעבט לעבט זיך, א.א.וו. איז דא פארשידענע ווערטער וועגן לעבן.
אבער איך וויל באמת פארשטיין, וואס איז די בעסטע וועג אפצולעבן די לעבן(life style)??
ווען כ'בין געווען יונג האב איך געמיינט אז די ריכטיגסטע וועג איז, אוועג געבן די לעבן-הרחבת הדעת, נחת, שלום בית, וכו' וכו',-כדי צו זיצן און לערנען.
שפעטער האב איך אנגעהויבן צו שפעקולירן אז לא זו הדרך, נאר די עיקר איז נחת.
דערנאך איז געקומען די רייע, פון מחשיב זיין די געלט איבער אלעס.
ואח"כ איז פארברענגען -אויף קאווע שטיבל וכדומה- ארויף געשווימען אלס די בעסט.
עכשיו, וואס האלט עטס, איז גי בעסטע וועג פון אויסניצן די לעבן?? און וויאזוי טוט מען עס למעשה??

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 3:42 pm
דורך לית דין בר נש
Just take it however it goes
האסט געלט Enjoy עס
האסט נחת Enjoy עס
די האסט א געשמאק אין א תוס' און קצות Enjoy עס
אין איין ווארט לעב עס אפ ווי אזוי עס גייט געלט נחת איז ממילא נישט בידך!

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 3:55 pm
דורך מבקר
אויב איך האלט נאך אנהייב פון מיין לעבן, וואס זאל זיין מיין גאו"ל? וועלכע זאך איז די ריכטיגע און גוטע וועג צו לעבן??

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 4:07 pm
דורך berlbalaguleh
מבקר האט געשריבן:אויב איך האלט נאך אנהייב פון מיין לעבן, וואס זאל זיין מיין גאו"ל? וועלכע זאך איז די ריכטיגע און גוטע וועג צו לעבן??

מאך אויף א סידור'ל אדער משניות. קוק אריין אין מס' אבות פרק ב': "רבי אומר איזה דרך ישרה שיבור לו האדם. כל שהיא תפארת לעושיה ותפארת לו מן האדם"...ואידך פירושא , זיל גמור... :roll: 8-) :? :x :P :oops: :oops: :oops: :o

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 4:10 pm
דורך מבקר
אדרבה, זיי מפרש די "אידך". און וויאזוי אנצוקומען דערצוה.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
נישטא קיין קליער קאט ענטפער, יעדער מענטש איז אנדערש, יעדע גיל איז אנדערש, קיינער האט נישט דיינע נאטורן און דיין חינוך, ממילא קען דיר א צווייטער נישט ענטפערן, ואין הדבר תלוי אלא בך.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 4:37 pm
דורך מבקר
אויב אזוי, וויל איך הערן פון אנדערע זייער עקספעריענס, און לויט דעם וועל איך פאסן מיין באשלוס.

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 5:00 pm
דורך berlbalaguleh
מבקר האט געשריבן:אדרבה, זיי מפרש די "אידך". און וויאזוי אנצוקומען דערצוה.

ראה תשובת הרב "שמעק.." להלן בגיליון... :? 8-) :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 9:00 pm
דורך zurich
למשל ס' דא מענטשן וואס ארבעטען זייער לעיבן אף פאר די קינדער אז זיי זאלן האבן א פיינעם ירושה, למעשה האבן זיי גארנישט הנאה פין זייער געלט, ממילה זיי נישט קיין נער האסט געלט, טשיל, ענדזוי דיין געלט און האק א לעיבן

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:12 am
דורך מבקר
zurich האט געשריבן:למשל ס' דא מענטשן וואס ארבעטען זייער לעיבן אף פאר די קינדער אז זיי זאלן האבן א פיינעם ירושה, למעשה האבן זיי גארנישט הנאה פין זייער געלט, ממילה זיי נישט קיין נער האסט געלט, טשיל, ענדזוי דיין געלט און האק א לעיבן

איך וויל טאקע האקן א לעבן, אבער נישט צוהאקן מיין לעבן. וויל איך וויסן, וואס איז די געשמאקסטע און נערמאלסטע וועג דאס צו טוהן?