בלאט 1 פון 1

Facebook גייט פאבליק

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2012 1:26 am
דורך משה געציל
די ביזנעס וועלט ווארט מיט שפאנונג אויפען מארגענדיגען טאג, ווען אום 11:00 ניו יארקער צייט וועט פעיסבוק סטאקס ארויסגיין צום פאבליק אונטערען טיקער סימבאל FB, וואו עס ווערען געטרעידעט דורכען נעסדעק.

פעיסבוק איז געגרינדעט געווארען צוריק אין 2004 דורך מארק צאקערבערג און נאך צוויי סטודענדעטען אינעם האווערד יונעווערזעטעט, לכתחלה איז עס געגרינדעט געווארען בלויז פאר די סטודענטען אלטס א קאמיניקאציע מיטעל דורך סאציאלע נעטווארקס, זעענדיג ווי שטארק פאפולער עס איז געווארען צווישען די סטודענטען האבען זיי מחליט געווען ענדע 2006 ארויסצוקומען מיט פעיסוק צום ברייטען פאבליק, עס איז אזוי שנעל געווארען אויפגעכאפט אז אין 2007 האט מייקערסאפט געמאלדען אז זיי האבען אפגעקויפט א 1.6% שותפות פאר די סומע פון $240,000,000, געבענדיג א ווערט פאר פעיסבוק פון ארום פופצען ביליאן דאללער, פעיסבוק איז זיך אזוי שנעל צו וואקסען ווען צוריק אין 2008 איז זי באשטאנען פון 100,000,000 באנוצער און יעצט שטייט זיי מיט איבער 900,000,000 אקטיווע באניצער.

ווען פעיסבוק האט געמאלדען א צייט צוריק אז זיי פלאנען צו גיין פובליק, האבען אסאך אנאליסטען געהאלטען אז די פירמע איז ווערט ארום אכציג ביליאן דאללער, למעשה האט פעיסבוק באוויזען אויפצוטרייבען זעכצען ביליאן דאללער דורעכאויס די IPO פראצעדור, שטעלענדיג די פרייז פאר א שעיר ביי $38 און געבענדיג פאר פעיסבוק א געשאצטע הונדרעט און פיר ביליאן דאללער ווערט, וואס דאס איז פיל מער ווי סיי וועלכע טעקנאלעדזשי פירמע האט נאר אמאל אויפגעטרובען, אריינגערעכענט גוגעל וואס האט אויפגעטרובען בלויז 1.9 ביליאן דאללער צוריק אין 2004 דורעכאויס איר IPO פיילינג, ווערענדיג געשאצט ביי בלויז דריי און צוואנציג ביליאן דאללער, אין פארגלייך צו פעיסבוק.

עס וועט זיכער זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטען מארגען וויפיל די סטאק וועט פארדינען אדער גאר דערלייגען, געוויסע אנאליסטען האלטען אז די געשאצטע איבער הונדרעט ביליאן דאללער ווערט איז היבש איבערגעטריבען, נאכדערצו נאכדעם וואס דזשי. עם. האט די וואך געמאלדען אז זיי גייען אויפהערען אדווערטייזען אזוי סאך אויף פעיסבוק זאגענדיג אז גוגעל ברענגט פיר מאל אזוי סאך רעזאלטאטען ווי פעיסבוק, א מערהייט פון אנאליסטען האלטען אבער אז פאטענציאנאל איז נאך די פירמע ווערט א סאך מער פון דעם אנווייזענדיג אז מער און מער מענטשען ווערען צוגעבינדען צו פעיסבוק א יעדען איינציגסטען טאג, געבענדיג די מעגליכקייט פאר פירמעס צו אדווערטייזען מיט זייער א אויסגערעכענטע טארגעט פאר יעדען באנוצער לויט זיין פראפייל.