בלאט 1 פון 1

נייע סידי - שמעי ענגעל - כלל

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 7:57 pm
דורך סאשי פיש
נפתלי משה שניצלער פרעזענטירט א נייע סידי,
מיטען נאמען (אין שום יואוש בעולם) כלל.
געזונגען דורעך שמעי ענגעל.
ניגונים זענען קאמפזירט דורעך יוסי גרין, פינקי וועבער, ליפא שמעלצער, מאטי איליוויטש, יוצי וואלדנר, ברוך לעווין, מאיר אדלער.

איין ניגון איז פון שלמה קאלבאך זי"ע וואס קומט יעצט ארויס צום ערשטען מאל!

פאר א פריוואו דא

[center]די דעקל[/center]
[center]
4683_big.jpg
[/center]

[center]אין סטאדיא[/center]
[center]
0011_3966578.jpg
[/center]

[center]מיטן ילד הפלא יוצי ראזינגער[/center]
[center]
0012_1728652.jpg
[/center]

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
דעקעל איז הערליך!!

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 8:41 pm
דורך sefish
סאשי פיש האט געשריבן:איין ניגון איז פון שלמה קאלבאך זי"ע וואס קומט יעצט ארויס צום ערשטען מאל!

זי"ע, און ניטאמאל א ר'?

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 8:43 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין ווייטער מיט די פרצופים...
שוין געזעהן שענער'ס...
אה, דו זיגנסט שיין? נו, נו, כ'בין גרייט צו הערן. אבער דיך צו זעהן?! וואס עפעס?

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 9:50 pm
דורך שמעקעדיג
I love Shimi

נשלח: מיטוואך מאי 28, 2014 9:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:I love Shimi


אריין אין לאוו אטאקע אשכול.

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:46 am
דורך סאשי פיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=TES2yT4fk6w[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 4:27 am
דורך קאנצעפט
קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין ווייטער מיט די פרצופים...
שוין געזעהן שענער'ס...
אה, דו זיגנסט שיין? נו, נו, כ'בין גרייט צו הערן. אבער דיך צו זעהן?! וואס עפעס?


א מין גערעדאכטס... א זינגער איז אלל אבאוט זיין כאראקטער, און זיין פערזענדליכע מעסעדזש, און דער דעקל - אזוי ווי ביי יעדן ארטיסט אין דער אלגעמיינער פעלד- זאגט אסאך איבער אים, זיין צוגעלאזנקייט וואס זעט זיך אן אויף זיין פנים, צו זיין 'לעט גאו' פערסאנאליטי, דאס איז וואס מענטשן ווילן הערן און זען איבער זייער ארטיסט, און איך גלייב אז מ'וועט עס קענען הערן אויפ'ן אלבום אין די ניגונים אויך...

אט איז א סינגל אויף עברית וואס שמעי האט שוין ריליעסט:
https://www.youtube.com/watch?v=TES2yT4fk6w&sns=tw

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:02 am
דורך לית דין בר נש
ווי איז ער דא?
אין מקוה אדער אין ים הגדול?

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 10:37 am
דורך [NAMELESS]
אין די באק

נשלח: מיטוואך יוני 11, 2014 7:16 pm
דורך מצטמק ויפה
געקויפט דעם סידי ( אין כאטש וואס איך האב עס באקומען דורך דרייוו, און ווי אויך האלט איך אז על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, האב איך זיך ברוך השם מתגבר געווען, און מקיים געווען דעם פיפטן חלק שלחן ערוך, וואס פשוט אלס מענטשליכקייט אז יענער האט אריינגעלייגט אזויפיל שעות, און איך גיי דאך הנאה האבן דערפון, נו? מצטמק וואו איז דיין הכרת הטוב, ממילא בין איך עס ארויס געגאנגען קויפן.) צירוק צום נושא, איך האב זייער הנאה פונעם סידי, עס איז זייער א שיינע קאלעקש"ן יעדער וועט מן הסתם טרעפן א ניגון וואס רעדט צו איהם.
די אידישע ניגון איז הערליך שיין, קאמפאויזט דורך מאטי אילאוויטש, ער זינגט אויך אויף דעם ניגון, הערליך שיין.
מאיר אדלער האט געמאכט א היט פון א ניגון "אמר להם" א שנעלע שיינע ניגון.
בערי וועבערס ניגון "אין עוד מלבדו" איז ממש חד בעולם א ניגון מלא חידושים, געוואלדיג.
יוסי גרינ"ס ניגון איז נישט ספעציעל כאטש וואס עס האט שיינע תניעות.
פינקי'ס ניגון "השקיפה" איז זייער שיין, נישט קיין חידושים, אבער דאך שיין און הארציג.
בנוגע די ענגלישע ניגון מיין איך אז די היברעישער ווערסיע פונם ניגון (וואס פאָרט ארום) הערט זיך אסאך שענער און רייכער.
אבער אווע"ר אל"ל שמעי, האסטו געמאכט א הערליכע ארבייט "האַלט אָן"!

נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 12:06 pm
דורך פיינע קאווע
שמעי. כהאב יעצט געהערט דיין נייע סידי. עס האט אלע אידישע טעמים. ישר כח

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:41 pm
דורך לאליפאפ

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:40 pm
דורך George
זייער א שיינע סידי, טענק יו שמעי !