א טרער אויף די היינטיגע חינוך פראצעדור
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 10:40 am
רבותי! עס קומט היינט נאכט פאר א זייער וויכטיגע דינער פאר מוסד למען אחי, עס גייען שטראמען מאסן מענטשן שטיצן דעם מוסד.
בסך הכל נעמט למען אחי אומוויסענדע פארלוירענע נשמות, מען איבערצייגט זיי ארויסצוגיין פון פובליק סקול, און צוביסלעך נאך גרויס פלאג און מיה און נאך יארן פון איבערגעגעבענע ארבעט אין חינוך מיוחד מאכט מען פון זיי וואוילע אידן.
מיר וויליאמסבורג'ע אידן זענען ב"ה געבענטשט אז כולם כאחד, יעדער וויל זיין קינד זאל גיין אין א גוטע חדר, יעדער וויל זיין קינד זאל האבן דאס בעסטע מלמד, טיטשער, מנהל, מג"ש, ראש ישיבה, אא"וו. מ'ברויך נישט קיינעם איבערצייגן נישט צו שיקן זיינס א קינד אין פובליק סקול חלילה וחס, אפילו די יושבי קרנות (לאגוי'ס בלע"ז), די שוואכערע קאלטע מענטשן וואס ניטאמאל טרעטן אריין משבת לשבת אין שול, ווילן אויך די קינדער זייערע זאלן האבן די בעסטע מחנכים אין ישיבות.
ליידער מעשה שטן הצליח, די אלע מוסדות התורה וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט די בלוט און שווייס און געלט פון אונזערע עלטערן אין די בראשית יארן פון אידישקייט אין אמעריקע, ווען מ'האט געברויכט איבערצייגן מענטשן דייקא זיי זאלן יא אריינלייגן די קינדער אין אן ערליכע חדר, און טעכטער אין א היימיש סקול, זענען ליידער היינט געווארן א קאמערציעלע פאבריק, פראדוצירט מען פלייש, פלייש פון מענטשן, סאיז געווארן א מולטי-מיליאן דאלער ביזנעס, א שטייגער אז דער נפש פונעם קינד ווערט נישט באטראכט אלץ א צלם אלקים, וואס אן עולם מלא פון צדיקים ווארטן ארויסקומען דערפון, א טייער אידיש נפש א דימאנט וואס האט נאך גרויסע זכותים, בניסי ניסים וואס זיינע זיידעס האבן דורכגעלעבט אזא מלחמה זוכה געווען אראפצוקומען אויף דער וועלט. מוסדות התורה וואלטן זיך געדארפט א ווארף טאן אויף יעדעס נפש בישראל, זיך שלאגן ווער עס וועט האבן די זכיה מגדל זיין דאס טייער נפש, די טויערן וואלטן געברויכט זיין ברייט אפן צו יעדן וואס וויל אריינקומען לשמוע את דבר ה', אלע ישיבות וואלטן זיך געברויכט שלאגן זיך איבער די תלמידים, עפעס א קלייניגקייט? קענען מחנך זיין דעם צוקונפטיגן דור?!!
ליידער ליידער דער מצב איז פונקט פארקערט, עס איז מיט גרויס ווייטאג מודיע צו זיין פאר אייך אז פאריגע וואך האט א טאטע פון א קינד מיינס, א נאנטער ידיד, א גאר א חשוב'ער אינגערמאן וואס אלע פון אונז קענען זיך שעמען פון זיין ערליכקייט און תמימות, איז געקומען דער טאג וואס זיין טייערע ערשטע יונגעלע איז געווארן דריי יאר אלט, עס איז שוין דורך א יאר זייט ער האט אנגעהויבן זוכן א מוסד פארן קינד, אבער אן ערפאלג, מ'האט אים געגעבן אלע מיני אויסריידן, ער האט דאס קינד געמוזט דערווייל לייגן אין א פלעי גרופ. עס איז ענדליך געקומען דער טאג, מ'ברויך נעמען דאס קינד דעם ערשטן מאל אין חדר לעקן האניג, טיילן פעקלעך, טרערן און בלוט האט זיך געגאסן אין דעם שטוב! מ'האט פרובירט פארשידענע מוסדות זיי איבערצייגן מ'זאל דאס קינד אריינלאזן טיילן פעקלעך און לעקן האניג, אבער "בלא", מ'האט נישט בשום פנים ואופן געקענט איבערצייגן דעם חדר מ'זאל דאס קינד ערלויבן פינף מינוט אינגאנצן זאגן אלף בית, לעקן האניג, טיילן אפאר פעקלעך, זיי האבן זיך ניטאמאל געשעמט פון אויסזאגן אז דער סיבה איז כדי דער טאטע זאל חלילה נישט איבערלאזן דאס קינד דארט נאכן פארלעקן די האניג און אפטראגן ה"י.
אידן! איר זאלט וויסן אז די טרערן וואס די זיידעס באבעס קרובים און חברים האבן פארגאסן אינאיינעם מיט די עלטערן האט געקענט פארפלייצן שטעט, בלי גוזמא! אין די לעצטע מינוט האט מען ב"ה געטראפן א קרוב וואס איז א מלמד אין א געוויסע מוסד, וואס האט בסוד סודות מסכים געווען דאס קינד אריינצונעמען אויף האניג לעקן, נישטאמאל דער מוסד האט געטארט וויסן, מ'האט די גאנצע משפחה איינגעהילט אונטערן טלית אינאיינעם מיטן קינד, און אזוי איז ב"ה געלונגען אונטערן נאז פון די געסטאפא זאגן אלף בית און לעקן האניג מיטן קינד.
רבותי, וויאזוי קענען מיר זאגן ידינו לא שפכו את הדם? אוי נא לנו מיום הדין!! דאס איז אונזערס א שכן, אונזער בלוט און פלייש, וויאזוי קענען מיר אנגיין כאילו לא היה?
מיינט נישט חלילה אז מ'רעדט דא פון בעלי עבירה ח"ו, מ'רעדט דא פון א פיינע ערליכע שטוב ווי מ'פירט זיך אויף ב"ה על דרך ישראל סבא, בבגדי צנועה על טהרת הקודש, אויף וואס די משתלטים על הציבור האבן אפגעמאכט לויט זייער פארשטאנד אז די משפחה ברויך מען נישט האבן אין וויליאמסבורג, מ'ברויך זיי עוקר זיין פון כלל ישראל מחמת פערזענליכע פאליטיק קעגן די באבע/זיידע.
רבותי! עס איז ידוע אז אין א שטאט ווי מ'איז שופך דם פאר א אידיש קינד און מ'פארשווייגט דאס רח"ל, די עונשים קומען זייער זייער שנעל צו פארן! משניתן רשות למשחית אינו מבחין בין צדיק לרשע.
ליידער, מען פארגיסט שוין בלוט דא אין דעם שטאט פאר שיינע פאר יאר! רבותי, צענדליגע קינדער מוזן פארן יעדן טאג קיין בארא פארק לערנען! זיי, די קליינע שלא טעמו טעם חטא קוקן ארויס פון פענסטער, זיי זעהען די שכנים'ס קינדער גייען ארויף אויפן באס און זיי בלייבן אינדערהיים, אדער שיקט מען זיי אין פלעי גרופ מיט קינדער האלב זייער יארגאנג, עס לאט זיך נישט באשרייבן דער צער און ווייטאג וואס אזוינע עלטערן גייען אדורך, טייל זאגן דאס איז מעין הצער פון ל"ע פארלירן א קינד ח"ו.
עס איז נישטא קיין שום אויסרייד צוריקצוהאלטן אן אומשולדיג קינד פון חדר, אויף קיין מינוט נישט! קטנים לאו בני מחילה נינהו, אז די עלטערן ברויכן פאררעכטן עפעס איז נישט קיין היתר צו נוצן דאס קינד אלץ א ציל ברעט! אדרבה, אז די עלטערן האט מען אויפגעצויגן דא ביי אונז און זיי טויגן נישט, ברויך מען דערגיין די סיבה דערצו, און אפשר ברויך מען ערזעצן די מחנכים? דאס פאלט זיי נישט איין אז זיי אליין טויגן אפשר נישט?!
די מוסדות האבן א נייע אויסרייד, דהיינו די מאמע גייט אנגעטוהן "אויפפאלענד", עס קומען פאר ברייט-פארצווייגטע דעבאטירונגען וואס דאס ווארט אויפפאלענד באדייט, יעדער חבר הנהלה האט אן אייגענע "מסכת אויפפאלענד" ביי זיך אין בוזעם, דאס קען מיינען פון גיין מיט סניקערס אויף לי עוו. ביז די קאליר פונעם פאקעט בוק, ביי אנדערע קרומט מען מיט די נאז ווען שכנים געבן איבער אז דאס פרוי ווארט אפ דעם קינד מיט א שייטל אנשטאט א פארדרייטן טורבאן.
וועד החינוך האבן געעפנט א שפיאנאזש אפעראציע במלוא מובן המלה, מ'נוצט אויס דאס אומשולדיג אפליקאציע צו אריינקריכן אין די קישקעס פון די משפחה, מ'רופט אן שכנים חברים, זיי זעצן זיך צוזאם די אויפזעהערס פון חינוך, און פאר שעה'ן נאכאנאנד מיטן גאנצן לבוש מיט די ברייטע ביבער היטן און קנעפלויזע העמדער קייען זיי שמוץ בדרך היתר אויף עלטערן, וואס זייער איינציגסטער חטא איז אז זיי ווילן שיקן א קינד לערנען תורה, ליידער איז דאס ארייננעמען א קינד אין מוסד פארוואנדעלט געווארן אין א נקמה אקציע אויף די אזוי-גערופענעם באלעבאטישן עולם, דאס זענען דערביטערטע מענטשן וואס טראגן און דרייען זיך ארום מיט שנאה און קנאה אויפן באלבאטישן לעבנס שטייגער. איך וויל נישט אריינגיין אין די דעטאלן, אבער המבין יבין אז זיי – און די עזרת נשים זייערע – האלטן נישט אויס זעעהנדיג מ'גייט אנגעטוהן שיין, וואס ע"פ פסקי הראשונים דארף מען זיך אהערשטעלן פארן מאן כדי דער מאן זאל האבן חשק פאר איר, און נישט פאר אנדערע ח"ו. ליידער מ'האט זיי אהינגעגעבן דעם רעד ער אין די האנט, זיי קענען זיך אליינס נישט גלייבן ווי גליקלאך זיי זענען, זענען זיי זיך נוקם ונוטר אין די עזרת נשים אזויווי ס'באדארף זיין.
עס איז שוין דורכגעפירט געווארן אבלאוועס אויף היימישע שטובער ווי מ'האט געזוכט בחורים ובסדקים פארן נעכטיגן טאג, מ'האט שוין געשיקט פרויען זיך אונטערזוכן אויב ס'איז חלילה נישטא קיין ביי האר אונטערן שייטל, מ'האט שוין געשיקט צו פסיכיאטערס, ועוד ועוד וואס מ'קען נישט ארויסברענגען דא וואס זיי האבן שוין אלס געטוהן, אלעס אין נאמען פונעם רבש"ע.
דער חיצוניות האט איבערגענומען כל התורה כולה, והא ראי', א פרוי וואס איז "פרום" און גייט מיטן גאנצן לבוש וואס איז אזוי באליבט ביי די וועד, קען עובר זיין אויף אלע עשרת הדברות און מ'וועט נישט מאכן קיינע פראבלעמען אין די מוסדות; אבער חלילה אויב האט זי א צוגעפאסט קלייד אדער פינקע שיך, דער מאן האט אביסל געשניטן די בארד – וואס לכל הדעות האבן ע"פ רוב אלע אונזערע עלטער זיידעס דאס געטוהן – דעמאלטס האט מען שוין א פארטיגן היתר זיי צו שופך דם זיין ביזן לעצטן טראפ! עס דרייען זיך ארום אין די מוסדות מענטשן וואס האבן בפני השמש באראבעוועט אידן, זיצן אויף די קאסע פין די מוסדות אידן גזלנים וואס זיי אליינס בא'גנב'ענען דעם מוסד, רבנים פון מוסדות התורה האבן שוין ארויסגענארט בתי מדרשים פון קהלות (וד"ל), זיי זענען עובר אויף איסורי דאורייתא יעדע סעקונדע! זיי זענען די וואס פסק'ענען דיני נפשות? וועגן די קאליר פון א קלייד און די לענג פון א בארד קען מען זאגן פאר א איד "איר באלאנגט נישט אין וויליאמסבורג?" ווער זענט איר, גנב וואס ביסטע!
דער עולם איז ליידער קאלטבלוטיג, אין לך יום שאין קללתה וכו', טראגעדיעס איז שוין ליידער א טעגליכע ערשיינונג ביי אונז אין שטאט, מ'קען שוין ליידער נישט ווייך מאכן מענטשנ'ס הערצער, ס'איז שוין פארשטיינערט, מ'הערט דער האט נישט קיין ישיבה, דער האט נישט קיין חדר, דער האט א מיידל פון זעקס יאר וואס גייט נאך אין דעי קעמפ, די עלטערן גייען קאליע, דאס שטוב גייט צוגרינד, ס'איז דא אויף אלעס ארגעניזאציעס, זאל דאס קינד זיך שטיקן ח"ו, ביז סעקונדן איז דא צען הצלה לייט, רבותי, פארוואס א קינד וואס האט נישט קיין מוסד איז נישט א הצלה קאלל? פארוואס דרייען מיר נישט איבער די שטאט מ'זאל אויפהערן מיט די געמיינע רציחות? דער וויי געשריי פון גע'רודפ'טע עלטערן און קליינע קינדער דעגרייכט ביז צום כסא הכבוד! ס'איז נישטא וואס צו רעדן אז מיר ליידן שוין פון די תוצאות, דער חרב של הקב"ה האט שוין ליידער געלאנדעט אויף אונז, מ'שלאגט אונז מיט ביטערע קלעפ, ס'איז נישטא נאך א זאך וואס ברענגט עונשים תיכף ומיד ווי עבירות שבין אדם לחבירו.
ווען מ'זאגט זיך אפ פון א קינד, אז מ'נעמט אים נישט אריין, איז נישט קיין חילוק צי דער מוסד האט דרייסיג טויזענט קינדער און אפערירט שוין פאר פופציג יאר, איין קינד לאזן אויפן וואסער איז גענוג צו מבטל זיין אלע תורה וואס מ'האט געלערנט אין דעם מוסד!
אמאל האט מען נאך זיך באצויגן צו די עלטערן מיט רעספעקט, מ'האט זיי אראפגערופן און אראפגעלייגט די תקנות אויף וואס מען ערווארט זיי זאלן זיך בעסער צושטעלן, מ'האט אונטערגעשריבן, און א טאג דערויף איז דאס קינד געווען אין מוסד. היינט צוטאגס באגייט מען זיך מיט די עלטערן מיט פשוט אכזריות וואס אפילו א להבדיל א קרימינאלער שופט וועט פאררויטעלט ווערן דערפון!
קודם כל איגנארירט מען אפליקאצעס אינגאנצן, נאכדעם וואס מ'לייגט מער דרוק באקומט מען א האלבע תשובה אז מ'וועט צוריקרופן. פארשטייט זיך זיי מאכן זיך ניטאמאל וויסענדיג אז די רחמנות'דיגע עלטערן ווארטן בכליון עינים צו שיקן דאס קינד די ערשטע מאל אין חדר אדער סקול, און דא קען מען ניטאמאל האבן די דיסענסי זיך וויסענדיג מאכן בכלל? זאג זיי ניין, וועט שוין זיין אסאך בעסער! אבער דאס רשעות און געמיינהייט פון די משתלטים איז היינט שוין אויף אזא הויכן ניווא אז זיי איזדיעקעווען זיך אויף אידיש בלוט! זיי האבן א בלוט-דארשטיגע הנאה צו זעהן עלטערן פארגיסן זיך זייער בלוט ווי וואסער, זיי נעמען ארויס דאס מערסטע הנאה פון זייער פאסטן אלץ א אייגן-געקרוינטער וועד החינוך אגענט, ער באשליסט דעם צוקונפט פון דעם שעפעלע'ס רוחניות'דיגן מצב.
ווען מ'זאל מיינען באמת לשם שמים קען מען טרעפן א וועג אריין אין די הארץ פון עלטערן וואס פירן זיך נישט לויט די תקנות מיט ליבשאפט, מיט געפיל! די תורה איז זיס! פארקערט, טרעף א וועג אריין אין פארשטאפטע הערצער דורכ'ן קינד, מיט אמת'דיג אהבה צו א צווייטן איד קען מען אסאך מער אויפטוהן ווי דורך מרחק זיין.
רבותי, לאמיר נישט פארשווייגן די רשעות און רדיפות וואס אונזער אייגן בלוט און פלייש מאכט מיט, ס'איז שוין ליידער אביסל צו שפעט, אבער מקען נאך אלץ תשובה טוהן!
פארלאנגט פון די מיטגלידער פון די וועד החינוך פון אלע מוסדות אויפצומאכן די טויערן פאר כל דכפין, מ'ברויך דאך טאנצן פשוט פאר שמחה אז עלטערן ווילן א חרדי'שע חינוך פאר זייערע קינדער, עס מאכט נישט אויס צי די מאמע אדער טאטע ברויך נאך א תיקון, זיי ווילן אי"ה האבן ליכטיגע ערליכע דורות, לאמיר זיי געבן א שאנס און נישט חלילה מצער זיין תינוקות של בית רבן.
אוודאי און אוודאי אז מ'פרעגט פון איימיצן סיי וועלכע אינפארמאציע אויף א חבר, שכן, וכדומה, זאל מען אלעמאל געבן די בעסטע אינפארמאציע, חלילה וחס נישט בארעדן יענעם, אפילו מ'איז יענעם אויסטערליש מקנא צוליבן ווייב זיינע אדער מחמת איזה סיבה, מ'זאל וויסן אז תיכף נאכן בארעדן יענעם איז דער עונש אויפן וועג! און דאס איז אויך בנוגע שידוכים, חלילה נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף יענעם, דער וואס זאגט אז "איך מוז פשוט אלץ אחריות יענעם אויפמערקזאם מאכן אויף די חסרונות" איז א כופר! דער רבש"ע האט שוין זיינע וועגן, און פון יענעם בארעדן קען קיין גוטס נישט ארויסקומען!
עס איז קיין סוד ליידער וויפיל קרבנות מיר פארלירן יעדן טאג צום אמעריקאנער גאס, דייקא פון פיינע שטיבער! דער מספר קינדער וואס גייען ארויס לתרבות רעה איז זייער גרויס! דווקא די באלבאטישע שטובער גיבן ארויס די בעסטע און שענסטע פירות פון כלל ישראל, אידן וואס זענען נהנה מיגיע כפם, זיי זענען נישט ביי דין תורה יעדן טאג, זיי גייען נישט צו ערכאות של עכו"ם, זיי גיבן צדקה, העלפן א צווייטן איד, פארקערט, די אזוי-גערופענע כלי קודש וואלטן קיין קיום געהאט ווען נישט די בעלי בתים.. און אזוי צאלט מען צוריק?
רבותי, איך קען נישט גענוג ווארענען: אויב מיר וועלן נישט נעמען ערנסטע שריט צו אפשטעלן די בלוט פארגיסונג, זענען אונזערע טעג געציילטע ל"ע! וויפיל נאך אומגליקן דארף פאסירן, וויפיל נאך קינדער דארפן ארויסגיין לתרבות רעה, אז מיר זאלן אנהייבן כאפן דעם מעסעדזש? ס'איז קלאר ווי דער טאג, פון ווען מ'האט זיך אנגעהויבן באגיין מיט אכזריות מיט קינדער און זייערע עלטערן (וואס לויט דעם וועד החינוך וואלט דאס געברויכט מתקן זיין דעם לעכעריגן חינוך זייערע) זענען ליידער געפאלן מערערע קרבנות ל"ע! נישט נאר מ'האט נישט מתקן געווען, פארקערט גאר, גאנצע דורות פאלן אוועק לעינינו!
זאל דער רבש"ע אריינשיינען אין אונז שכל, אמן!