אן אפענער בריוו פון דער אינטערנעט
נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:03 pm
[justify]א גוטן אייך — הויכגעשעצטע רבנים ועסקנים שיחי'
דא רעד צו אייך דער אבי אבות הטומאה — דער אינטערנעט אליין. דער "כלי משחית" פון וועם איר האט אזוי מורא — דאס בין איך גאר. איך בין אראפגעקומען פון גיהנום אייך צו פערזענליך אדרעסירן.
נישט לייכט האב איך אויפגענומען די החלטה צו שרייבן צו אייך א בריוו. איך קווענקל מיך שוין א היפשע פאר חדשים, אדער גאר אפאר יאר, צי איך זאל יא אדער נישט שרייבן צו אייך, חשוב'ע רבנים ועסקנים הע"י. ווען איך קלער ווען אז איר וועט מיר אויסהערן און נישט גלייך פארשווייגן, וואלט איך שוין געשריבן א לענגערע צייט צוריק, אבער כ'בין חושד אז איר וועט מיר נאר פארשטאפן דאס מויל; מיך פרובירן צו שטיל מאכן. נו, אויב אזוי, וואס האב איך צו שרייבן?
איצט אבער, אז מ'שטיימער נאך נאך א כינוס — נאך א כינוס ספעציעל פאררופן קעגן מיר, דאס מאל פאר די נשים צדקניות — פיהל איך אז כ'קען שוין נישט זיצן מיט קיין פארלייגטע הענט, איך קען נישט מער. צי איר וועט מיר ערלויבן קומען צום ווארט ווייסט איין באשעפער, אבער כ'האב ממילא נישט וואס צו פארלירן. איז אט — חשוב'ע רבנים הגאונים שליט"א — איז וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ.
די לעצטע פאר יאר שטיי איך אויס שווערע אטאקעס. ס'גייט נישט פארביי קיין טאג וואס כ'זאל נישט כאפן קיין קלעפ. אויב ביז עטליכע יאר צוריק האבן מיינע אחים לצרה, א שטייגער ווי דער ווארים און שייטל, אויך געכאפט שלעק פון צייט צו צייט, בין איך היינט איינער אליין אויפ'ן צימבל. נישט דא היינט קיין דינער צי אסיפה וואו מען איז נישט מוציא שם רע קעגן מיר. וואו מ'גייט נאר, פון אזיע ביז אמעריקע, הערט מען מיטגלידער פון דאס אידישע פאלק מיר אראפמאלן מיט שווארצע טינט. דער זאגט אז כ'בין שולדיג און יאנקל'ס גט, און דער זאגט אז צוליב מיר האט משה אראפגעווארפן די עול התורה והמצות רח"ל.
בעצם בין איך נישט מער ווי נאך א נפלאות הבורא וואס דער בורא האט געגעבן פאר די מענטשהייט. איך ווייס אז איר קוקט מיר בלויז אן ווי א דורכגעפוילטער מסית ומדיח, אבער אין ריאליטעט איז עס מיין קרעדיט אז אזויפיל טויזענטער אינגעלייט האבן פרנסה בכבוד. איך רעד נישט וועגן די תורה און אמונה וואס איך פארשפרייט איבער דער וועלט — דאס קענט איר טענה'ן איז א מצוה הבאה בעבירה און יצא שכרה בהפסדה. איך הער. אבער איר קענט נישט לייקענען דאס אז ווען נישט מיר וואלטן טויזענטער טאטעס נישט געקענט לייגן קיין ברויט אויפ'ן טיש. דאס איז א טריקענער פאקט.
איך ווייס איר זענט נישט משוגע. איר ווייסט זייער גוט אז איך האב פיל אויפגעטאן און געהאלפן. איר ווייסט גאנץ גוט אז מיין באשאף איז נישט קיין קללה נאר א ברכה, נאר וואס דען? איר באשולדיגט מיר מיט'ן אראפפירן חרד'ישע אידן פון אידישען וועג ר"ל. "צוליב אייך זענען ליידער דא אזויפיל אפגעפארענע אידן ליידער" טענה'ט איר — און איר זענט גערעכט. ליידער זענען דא צו פיל וואס ניצען מיר פאר שלעכטע צוועקן.
איר שרייט און שומפט, אבער קיינער ווי מיר ווייסט נישט ווי גערעכט איר זענט טאקע.
איך זעלבסט שטוים. איך זעה ווי ערוואקסענע מענער און פרויען, אידן מיט'ן פולע חסיד'ישע טראגע, קומען צו מיר און פארראטן זייער אייגן גאט און תורה. אידן וואס זענען אפיציעל נתחנך געווארן צו שמירת התורה ומצוות עד כדי מסירת נפש; אידן וואס זייערע זיידעס און באבעס זענען געשפרינגן אין פייער שרייענדיג שמע ישראל; אידן וואס האבן אלס געהאפט צו אויפוואקסן גאטפארכטיגע יראים ושלמים; אידן וואס גלייבן אליינס נישט ווי ווייט זיי זענען געזינקן; פלוצלינג, פון איין טאג צום צווייטען, לאזן זיי אלס איבער און ווידערשפעניגן מיט כעס. נעכטן זענען זיי נאך געוועהן — אדער געוואלט זיין — ערליכע אידן, און היינט ווילן זיי שוין נישט.
פונקט פריער, צוועלף אזייגער נאכמיטאג, קומט צו מיר א פערצן יעריגע בחור'ל. זייענדיג א נייער פנים האב איך אים געגעבן א ווארימער שלום עליכם און געפרעגט וואס ער זוכט דא בשעת סדר הישיבה. דער בחור'ל, אן איידעלער תמימות'דיגער אוממשולדיגער נשמה, קוקט מיר אן מיט פארווייטאגטע אויגן און ענטפערט נישט. ערשט שפעטער, צען נאך צוועלף, זאגט מיר זיין חבר, אויך אן קיין שתי שערות, אז דער בחור האט נישט זוכה געוועהן צו קיין ישיבה ווייל... עם עעם זיין טאטע האט נישט קיין פראטעקציע.
איך זעה אויך הונדערטע, הונדערטע אידן קומען פארווייטאגט און זוכן ענטפערס. זיי זוכן ענטפערס אויף פשוט'ע פראגעס. אזעלכע שאלות ווי למשל: ווי קענט איר זיך ארום הרג'ענען מיט אייערע ברידער צי קוזינעס און דערנאך אונז אנטיילן וואס צו טאן?; וויאזוי קענט איר זיך ארום ווארפן מיט אינגע קינדער שלא טעמו טעם חטא, און דערנאך זיי אפירהאלטן אז זיי זענען אפגעקילט און אויפגערעגט?; וויאזוי קענט איר אסר'ן דברים המותרים און פארדרייען די תורה הנמסר לנו בסיני; פארוואס פראגראמירט איר אונז ווי ראבאטן, און דערנאך פארשווייגט איר אונז ווען מיר וואגן צו פרעגן פראגעס? פארוואס?!
מיינע דערהויבענע רבנים שליט"א, צי זעהט איר נישט איין אז נישט איך בין דער פראבלעם? אנטשולדיגט, איך בין יא א פראבלעם, אבער צי זעהט נישט איין אז ס'איז דא א גרעסערע פראבלעם? הערט גוט וואס איך זאג אייך: מיר וועט איר נישט קענען טוישן, אבער זיך קענט איר יא טוישן. אויב איר וועט ארבעטן אויף א סטראטעגיע מיר אויסצוראטן, קענט איר זאגן קדיש יתום אויף דעם מלחמה, אויב ארבעט איר, אבער, אויף א סטראטעגיע זיך אליין צו טוישן קענט איר אפשר געווינען דעם קריג.
הערט גוט וואס איך זאג אייך.
הכו"ח מעומק הלב,
הק' גאאגל ס"ט[/justify]