''סאטמאר פלייש'' פון בארא פארק איז מודה און אנטשולדיגט זיך
נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 11:16 am
עס איז נישט א סוד די מוסברויכן וואס קומען פאר ביי די סאטמארע פליישן אנגעהויבן מיט צומת הדגים און געענדיגט ביי די ווערעמיגע צוויבעל אין די SAUTEED לעבער און אלעס אינדערמיט. (דאס לעצטע איז גאר ווייטאגליך ביודעי ומכירי אז דער צוויבל סוחר האט זיי געוויליגט צו פארקויפן גוטע צוויבל פאר ביליגער, אבער זיי ווילן דוקא די ווערמדיגע מכשיל צו זיין נאך מער אידן וכדי קצף ובזיון) ווי צו ווייזן אז זיי שרעקן זיך נישט אפצופארן און קאמפליט זיך מאדעראנאזירן האבן זיי געלייגט א פוסטע וואלגארישע עד פארגאנגענע וואך אזוי אז די אריזאנע מצה כרעמזלעך פון אחרון של פסח איז מיר ארויפגעקומען.
אבער לא אלמנה ישראל נאך א קול מחאה פון די עסקנים אז דער עד איז דאך ממש היפך פון אונזערע מסורה אז שבועות איז א מילכיגע קרעפל דעלקעלע יום טוב האט מען ליידער גענומען דעם הר סיני און עס פארוואנדעלט אין א פלייש סטעיק.
רא"ט האט געסטראשעט אז ער גייט רעדן דערפון ביים קרעפל פשעטל, י"ש גאלד האט צוריקגעשיקט זאגן אז דער בילד זעט דאך אויס ווי א סלייס פיצא איז מה כל הרעש? וועט מען עס איינזעצן אז ס'איז מילכיגע פיצא. די פרעשור האט זיך געשטארקט ווען קונים פון סאטמאר פלייש האבן געסוויטשט צו מענדעלסאונ'ס פיצא, און די ווערעם פון די צוויבל לעבער האבן געסטרייקט האט סאטמאר פלייש נישט א ברירה געהאט, און יעצט וועט מען האפן אז ס'זאל שוין זיין וישמעו רחוקים ויבואו.