בלאט 1 פון 2

הרה"ח ר' ישעי' אונגאר ז"ל, משב"ק אדמור"י סקווירא

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 1:36 pm
דורך שעפטל
‎ברוך דיין האמת:

אין די מינוטין קומט אריין די בשורה לא טוב, אז הרה"ח המפורסם, מו"ה ר' ישעי' אונגאר ז"ל, לאנגיעריגער משב"ק אצל כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א איז נפטר געווארן אין די עלטער פון 89 יאר.
images(2).jpg

די לוי' וועט פארקומען היינט אין שיכון סקווירא, און וועט קומען למנוחתו אינעם דארטיגן בית החיים.

יהא זכרו ברוך‏

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 1:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
פארוואס מוז יעדער נאכמאכן סאטמאר?

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:00 pm
דורך גאלד
איינער פרעגט מיר יעצט צו דעם גבאי גייט מען אויך אריינברענגען אין ביהמ"ד און פארשפארן די ישיבות,
זאג איך איהם, לכאורה נישט ווייל דער גבאי גייט דאך ליגן און א נארמאלער ביה"ח,
דער אנדערער גבאי, וואס האט נישט געהאט דאס, זאל כאטש האבן א שיינע לוי' מיט שיינע העדליינס

איים סארי כאמעך נישט געקענט איינהאלטן

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:06 pm
דורך קאווע טרינקער
אוי, וויאזוי וועט דער צדיק זיך אן עצה געבען אן א גבאי?

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:16 pm
דורך sefish
גאלד האט געשריבן:איינער פרעגט מיר יעצט צו דעם גבאי גייט מען אויך אריינברענגען אין ביהמ"ד און פארשפארן די ישיבות,
זאג איך איהם, לכאורה נישט ווייל דער גבאי גייט דאך ליגן און א נארמאלער ביה"ח,
דער אנדערער גבאי, וואס האט נישט געהאט דאס, זאל כאטש האבן א שיינע לוי' מיט שיינע העדליינס

איים סארי כאמעך נישט געקענט איינהאלטן

זאג, דו טראכסט אמאל פון סואיסייד? איך האף אז דיין דראנג פון וועלן ליגן אין א נארמאלן ביה"ח וועט דיר נישט פירן צו טון שרעקליכע שריט. היל"ת :lol:

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:28 pm
דורך גאלד
גוט אז דו האסט געלייגט די סמיילי ווען נישט וואלט איך ערענסט חושש געווען אז דו מיינסט עס ערענסט,

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:31 pm
דורך sefish
בעסער געזאגט וואלסט נישט געהאט וואס צו רעאגירן. און גראדע האב איך עס יא גאנץ ערנסט געמיינט מיט'ן שמייכל צוזאמען,

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 2:36 pm
דורך גאלד
פארוואס דען נישט, כוואלט דיר געענטפערט צו יא צו ניין

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:09 pm
דורך שעפטל
IMG-20140530-WA042.jpg

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:10 pm
דורך כוכב
גאלד און סיפיש אדער הערט עס אויף צימעסן אין יעדע צווייטע אשכול אדער צי איך ארויס מיין סטראפ.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:16 pm
דורך sefish
כוכב ביטע רעדט נאר צו דער וואס האט אנגעהויבן ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן.

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:18 pm
דורך גאלד
איך בין מעיד אז סעפיש איז אינגאנצן אומשולדיג, זיי איהם שוין מפייס,

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:21 pm
דורך טיטאניק
sefish האט געשריבן:כוכב ביטע רעדט נאר צו דער וואס האט אנגעהויבן ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן.

sefish, איך וויל דיר שוין לאנג קאמפלימענטען אויף דעם וואס די מאכסט א גיטער דזשאב מיר אלץ צי דערמאנען פון מיינע חדר יארען, יא דארט אין די אלטע פארשמעקטע בילדינג ווי די קינדער פלעגען זיך רייסען מיט זייערע קינדערישע טענהרייען
דערמאנסט מיר א געוויסער יונגעל וואס האט געהאט א גרויסע פיסק וואס האט אייביג געשמעקט און ווען ער האט עס געפענט האט ער געוויזען א רייע ארויסגעשלעפטע און ארויסגעפאלנע ציינער, געהאט האט ער א געקעסטעלטע העמד וועלכע האט זיך ארויסגעריסען פון צווישען די שלעקעס און די הויזען ווען א זעק פארשמירטע ציצית פלעגען ארויס פאפען פון אלע זייטען
אבער יעצט וויבאלד די האסט געשריבען די תגובה האסטי זיך געהעריג מגלה געווען ... יא די ביסט עס, די דערמאנסט יענעמ'ס שפראך אזוי פינקלעך
פאני, כ'האב אלץ געמיינט אז ער וועט עס אמאל אויסוואקסען, אבער ניין, די זעלבע זאך
:lol:

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 3:31 pm
דורך sefish
יעדער האט שוין אויפגעגעבן אויף מיר

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 4:17 pm
דורך שעפטל

תדהמה וזעזוע בקרב רבבות אלפי חסידי סקווירא וכל שכבות הציבור החרדי:
הרב החסיד המפורסם רבי ישעיה יואל בן הגה"צ רבי אברהם צבי הי"ד אונגער זצ"ל
המשמש בקודש הנאמן והמיתולוגי של כ"ק מרנן רבותינו הקדושים לבית סקווירא במשך ששים וארבע שנים‎
אשר לו עשר ידות בפריחת ושגשוג החסידות ובבניית שיכון סקווירא במסירות נפש עצומה
נתבקש לישיבה של מעלה היום ערב שבת קודש פרשת נשא, ראש חודש סיון תשע"ד
בשיבה טובה ובשם טוב והוא בן שמונים ותשע שנים 

ההלוויה תצא היום מרחבת בית המדרש הגדול בשיכון סקווירא
ויובא למנוחות בבית החיים דפה סמוך ונראה לציון רבו הקדוש כ"ק מרן אדמו"ר זצוקללה"ה

השאיר אחריו שני חתנין רבנן
הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א,  דומ"ץ שיכון סקווירא
והגה"ח רבי יצחק אליעזר שטיינער שליט"א,  מרבני אנ"ש בבית שמש‏
ועשרות נכדים ונינים יראים ושלמים

עם פטירתו איבדה סקווירא דמות הוד קדומים המשולבת וממוזגת עם דברי ימי החסידות בקשר עז בל ינותק לעולם
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'‎

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 5:27 pm
דורך מנשה לוסטיג
אוי האב איך א זאק מיט ווערטלעך וואס כ'האב געהערט מפיו. ווי באקאנט איז ער געווען א געריבענער שפריכווארט זאגער
און די ערשטע וואס ליגט מיר יעצט אין פראנט מיינד. אמאל זאגט ער מיר ביי מיין משפחה סעודה אין שוהל, געב די שנעל א וואש אז נישט וועט אלעס איבערבלייבן..

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 5:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווי קען איך פארגעסן, ממש א חודש צוריק ליגנדיג אויפן קראנקן בעט, האט ער געקלונגען אפאר שדכנים, און געזאגט בזה הלשון.
ס'דא א יונגערמאן א אלמן, מ'דארף עהם חתונה מאכן, ער וועט זיין א גוטע מאן..
[איך האב עהם נישט באצאלט דערפאר, אבער ער האט אלץ זיך געזארגט פאר שידוכים פאר עלטערע בחורים, ווי באקאנט אין די סקווערע היסטאריע.]

נשלח: פרייטאג מאי 30, 2014 5:31 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווי באקאנט איז ער מיט זיין קאלעגע יושע פרידמאן משב''ק געווען קאץ און מויז.. [כ'זאג נישט ווער די קאץ און ווער די מויז..]
אמאל האב איך מיטגעהאלטן ווי שיע האט זיך היסטעריש צעהיסט אין א שטילע סביבה אין הויף נעבן רבין, און שייע רופט זיך אן מיט א טרוקענע פנים, 'פילסט נישט גוט שיע..? איך וועל שוין מזכיר זיין..

נשלח: מוצ"ש מאי 31, 2014 11:58 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אוי האב איך א זאק מיט ווערטלעך וואס כ'האב געהערט מפיו. ווי באקאנט איז ער געווען א געריבענער שפריכווארט זאגער


מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווי באקאנט איז ער מיט זיין קאלעגע יושע פרידמאן משב''ק געווען קאץ און מויז.. [כ'זאג נישט ווער די קאץ און ווער די מויז..]
אמאל האב איך מיטגעהאלטן ווי שיע האט זיך היסטעריש צעהיסט אין א שטילע סביבה אין הויף נעבן רבין, און שייע רופט זיך אן מיט א טרוקענע פנים, 'פילסט נישט גוט שיע..? איך וועל שוין מזכיר זיין..

"איך וועל שוין מזכיר זיין ביים רבין" חאחאחאחאחא. טאקע א לץ.

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 2:48 am
דורך הדד בן בדד
ווער גייט אים ערזעצן, ווער איז דער נייער גבאי. ווען שיע איז אוועק האבן אים צוויי מענטשן ערזעצט, זיין איידעם דוד בערגער און דער צווייטער איז דאכצעך אן אייניקל, כ'געדענק שוין נישט וויזוי ער הייסט אבער א אינגערמאן מיט א קליין שווארץ בערדל. ווער גייט יעצט ממלא מקום זיין שייען'ן, דאס איז שוין א פיל שווערער דשאב ווי שיע'ס.

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 5:40 am
דורך ברוך שאמר
הדד בן בדד האט געשריבן:ווער גייט אים ערזעצן, ווער איז דער נייער גבאי. ווען שיע איז אוועק האבן אים צוויי מענטשן ערזעצט, זיין איידעם דוד בערגער און דער צווייטער איז דאכצעך אן אייניקל, כ'געדענק שוין נישט וויזוי ער הייסט אבער א אינגערמאן מיט א קליין שווארץ בערדל. ווער גייט יעצט ממלא מקום זיין שייען'ן, דאס איז שוין א פיל שווערער דשאב ווי שיע'ס.

דער צווייטער הייסט אהרן בן ר' שיע פרידמאנן נ'י

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 1:50 pm
דורך ארטיסט
מה הפשט פון שרייבן זצ״ל אויף א גבאי פון א רבין? עס דאכט זיך דא אז מער רעדט פון רבי ישעי׳לע מקערעסטער וואס איז געווען א גבאי ביים הייליגן ליסקער. איז הרב אונגאר אויך געווען א צדיק? אויב יא ווער איז גרעסער די רבי אדער די גבאי יבלחט״א?

נשלח: זונטאג יוני 01, 2014 2:52 pm
דורך שמעקעדיג
ארטיסט האט געשריבן:איז הרב אונגאר אויך געווען א צדיק?


שלום עליכם ארטיסט,

ער האט זיכער מהרהר בתשובה געווען לפני מותו, כדרכם של בני ישראל הכשרים,

און חז"ל זאגן אונז שוין, (המקדש את האשה) על מנת שאני צדיק, אפילו רשע גמור הרי זו מקודשת, שמא הרהר תשובה בלבו.

(זעהסט, איך גיב דיר אויך שלום עליכם, איי אפשר ביסטו ח"ו א רשע, און אין שלום אמר ה' לרשעים? אבער אפשר האסטו מהרהר בתשובה געווען וכו')